וְאֶת עֲפָרָהּ יְחֹנֵנוּ: האד' מסערדאהעלי איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל
- לפני 23 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דורכאויס די לענגערע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אין ארצינו הקדושה האט דער רבי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים ומחוצה לה.
מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו אויפ'ן הר המנוחות, צום עליה לקברה פון אמה של מלכות הרבנית הצדקנית מסאמבאטהעלי ע"ה, וואו די רבי שליט"א האט מיט טרערן אין די אויגן דערמאנט די מסירות נפש פון זיין מוטער וואס האט אים מיט די אייגענע הענט ארויסגעראטעוועט פון די בלוטיגע נעגל פון די נאציס ימח שמם, און אים באגלייט אלע יארן ווייטער ברוחניות ובגשמיות.
דאנערשטאג אינדערפרי, נאך תפילת שחרית, האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין גליל. דער ערשטער אפשטעל איז געווען אין עיה"ק טבריה, וואו דער רבי האט מתפלל געווען ביים ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס און ביים קבר פון התנא רבי עקיבא, און מתפלל געווען סמוך ונראה צו די ציונים פונעם של"ה הקדוש און דעם רמב"ם. ביים אנקומען קיין עיה"ק צפת, איז דער רבי שליט"א – אלס כהן – געשטאנען ביים עק פונעם בית החיים נעבן דעם קבר פון רבי פנחס בן יאיר. פון דארט האט דער רבי איבערגעבליקט דעם גאנצן הייליגן בארג וואו עס רוהן די קדושי עליון, און געזאגט תהילים מיט גרויס התעוררות.
שפעטער איז מען אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון, וואו דער רבי האט געדאווענט מנחה און דערנאך ארויף אויפ'ן דאך פונעם מערה, וואו מען האט געזאגט תהילים און געזונגען די ווארעמע מירונ'ער ניגונים. דער רבי האט דארט משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת התנא האלוקי רשב"י, און דערנאך איז דער גאנצער עולם אריבער מיט קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים.
זונטאג אינדערפרי, נאך תפילת שחרית איז דער רבי שליט"א ווידער אנגעקומען אויפ'ן הר המנוחות, וואו ער האט צום ערשט געצינדן ליכט לעילוי נשמת אמו הרבנית הצדקנית ע"ה דערנאך איז דער רבי צוגעקומען קעגנאיבער דעם ציון הקודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, זייענדיג א כהן, וואו ער האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים מיט גרויס התעוררות און געליינט קוויטלעך.
פון דארט האט מען ממשיך געווען צום הר הזיתים, וואו דער רבי איז געשטאנען העכער דעם בארג קעגנאיבער דעם ציון פונעם אור החיים הקדוש זי"ע, דארט האט דער רבי געזאגט תהילים און משמיע געווען דברי התעוררות איבער די קדושה פונעם מקום און די גרויסע כוח פון ישועות וואס מען קען דארט אויסבעטן.
מאנטאג אינדערפרי, נאך תפילת שחרית, האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט פוקד צו זיין די מקומות הקדושים צום ערשט ביים קבר רחל, וואו דער רבי האט נאך אמירת תהילים משמיע געווען דברות קודש איבער די סגולה פון דעם ארט וואס איז א מקום קיבול תפילות פאר גאנץ כלל ישראל. פון דארט איז מען געפארן קיין חברון צום מערת המכפלה, וואו דער רבי – אלס כהן – איז געשטאנען אינדרויסן ביים זיבעטן טרעפ וואס איז באקאנט אלס א מקום מסוגל, און דארט געזאגט תהילים מיט גרויס דביקות, געליינט קוויטלעך, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים.

































































