שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק אפגעראכטן מיט גרויס התרוממות הנפש
- לפני דקה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות האבן חסידי תולדות אברהם יצחק מיטגעלעבט די חתונה הגדולה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין בנו חביבו הגה"צ רבי ישראל קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק איידעם ביי הגה"צ רבי דוד שווימער שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש, מיטן חתן א זון פון הרה"צ רבי פנחס יוסף מאריליס שליט"א, איידעם ביי הגה"צ רבי וועלוויל ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים ירושלים.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט מען זיך פארזאמלט אינעם ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין מאה שערים צום מעמד הקבלת פנים, וואו די חסידים האבן געזונגען די ניגוני דביקות והתעוררות בלויז בשירה בפה אן קיין מוזיקאלישע באגלייטונג.
בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד הי"ו האט משמיע געווען הארציגע דברי חרוזין, און ארויפגעברענגט די הייליגע הרגשים ווען הרה"ק בעל "אמרי חיים" מוויזניץ זצ"ל וואס איז א זיידע ביי די שמחה, קומט אראפ משמי מרום זיך מיטפרייען ביי די חתונה פון א אייניקל פון זיין באליבטן תלמיד דער רבי שליט"א, און באזונדער דערמאנט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זצ"ל צו וועמען דער רבי איז געווען אדוק ומקושר. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א, א מחותן מצד הכלה.
דערנאך איז דער עולם ארויס צום מעמד החופה ברחבת ביהמ"ד הגדול אונטערן פרייען הימל, וואו דער זיידע הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים שליט''א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין. מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ רבי דוד שווימער שליט''א דומ"ץ וויזניץ בית שמש. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ.
די שמחת החתונה איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אין גבעת זאב, וואו דער ציבור האט מיסב געווען צום סעודת מצווה און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין לכבוד שמחת חתן וכלה. שפעטער ביינאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה לקול תרועת הזמר, ווען די חסידים הייבן זיך אין געהויבענע ריקודין. בשעת די שמחה איז ערשינען דער בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועם דער רבי האט אויפגענומען מיט גרויס כבוד, מען האט פארברענגט בנועם שיח און זיך געוואונטשן לחיים, און דער רבי שליט"א האט הארציג באדאנקט דעם קארלינער רבי פארן ווידער צושטעלן די אכסניא של שמחה מיט א עין טובה.
דורכאויס די סעודה האט דער רבי פארגעזונגען דעם ניגון "כבודו מלא עולם" און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש. מיט ברכת המזון און שבע ברכות זענען מכובד געווארן די חשובע קרובי המשפחה.
אין לויף פון די שמחה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, סטראפקוב, אנטניא, לעלוב הר יונה, און די פעטערס ראש ישיבת וויזניץ, ראש ישיבת תולדות אהרן, האדמורי"ם מנחלת אהרן, מבקשי אמונה און נאך.
בדחנא דמלכא ר' ישראל שעכטער הי"ו האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצווה טאנץ מיט הארציגע דברי חרוזין, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין מיט א זעלטענע התלהבות כדרכו. דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט דעם חתן און די מחותנים, און א באזונדערע פייערדיגע ריקוד מיט בנו חביבו דער מחותן הגה"צ אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק שליט"א.
די שמחה האט אנגעהאלטן ביז גאר שפעט, און מען האט פארענדיגט די מצוה טאנץ דורך די זיידעס און מחותנים קרוב צו פיר אזייגער אינדערפרי ביים עלות השחר.











































































































