top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דרכי ראחמיסטריווקא אבילות: אלפי ישראל באגלייטן מיט טרויער ארון פון הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא ע"ה | חלק א'

  • לפני 16 דקות
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, אייזיק י., משה נחום, משה נייהויז

טויזנטער חסידים ואנשי מעשה האבן היינט אפגעגעבן דעם כבוד הראוי ביים מסע הלוויה פון הרבנית הצדיקת הישישה מראחמיסטריווקא ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל בעל "אמרות טהורות", און ברתא דמלכא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן לשמי מעל היינטיגן מאנטאג צופרי צום טיפן צער און טרויער פון בני משפחתה, חסידי ראחמיסטריווקא און סקווירא בתוך כל בית ישראל.


די שווערע בשורה האט זיך בליץ-שנעל צושפרייט איבער די גאנצע וועלט, און טויזנטער חסידים האבן זיך תיכף ארויסגעיאגט קיין בארא פארק מיטצוהאלטן דעם מסע הלוויה און אפגעבן דעם פארדינטן כבוד פאר די הויכגעשעצטע רעבעצין ע"ה.


תיכף נאך די פטירה אין די "מאונט סייני" שפיטאל אין מאנהעטן, האבן זיך די קינדער האדמורי"ם שליט"א, אין שפיץ פונעם גדול האחים כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, געזעצט אויף אן אסיפה אין שפיטאל צו באשטימען די פונקטליכע סדרי הלוויה, און דורכאויס די פארמיטאג שעה'ן האבן די ניו יארק סיטי פאליציי און עסקנים זיך צוגעגרייט מיט העפטיגע הכנות צום לויה, און אפגעשפארט די גאסן ארום דעם צענטראלן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בארא פארק.


צווישן די מאסן נשים צדקניות האבן זיך משתתף געווען די טויזנטער תלמידות פון די מיידל שולעס "בית שפרה" ד'ראחמיסטריווקא, "בית ציפורה" ד'סקווירא, און "בנות מרגליא" ד'וויזניץ, וועלכע זענען ארויסגעקומען אפצוגעבן דעם פאסיגן כבוד פאר דער רעבעצין ע"ה.

די לוויה האט זיך אנגעהויבן ארום 1:00 אזייגער נאכמיטאג, ווען די מיטה איז אנגעקומען צום ראחמיסטריווקא רבינס שטוב אויף די 45'סטע גאס, דאס הויז וואו די רעבעצין ע"ה האט אזויפיל יאר משמש געווען בקודש לימין בעלה הגדול דער רבי זצ"ל מיט אזא אויסטערלישע געטריישאפט, דארט האבן זיך געזעגענט די בני משפחת המלוכה.


ארום 1:45 איז די מיטה אריבערגעברענגט געווארן פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא, וואו עס האבן שוין אפגעווארט מאסן חסידים ואנשי מעשה מיט אראפגעבויגענע קעפ, ובראשם די קינדער כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א, דער אייניקל כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א, און דער איידעם כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א.


לויטן מנהג המקום זענען נישט אפגעהאלטן געווארן קיין הספדים, און דער לעגענדארער משמש בקודש הרה"ח ר' יהושע חיים קאסטען הי"ו האט פארגעזאגט די "קל מלא רחמים" כנהוג.


דערנאך האט מען אנגעהויבן באגלייטן די מיטה צופיסנס אראפ די 45'סטע גאס ביז ניו יוטרעקט עוועניו, און פון דארט אויף די 11'טע עוועניו ביז די 50'סטע סטריט.


ביים ענדע פון די לוויה אין בארא פארק איז אנגעקומען חתנה הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א וואס האט באגלייט די המשך הלוויה ביז נאך די קבורה.


בראש המלווים ביי די לוויה אין בארא פארק האבן זיך אנגעזען מחותנה כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, די פלאמעניקס כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג, ירושלים און בארא פארק, האדמורי"ם מסקווירא פון בארא פארק, ביקסאד, קאסאני, אזוי אויך האדמורי"ם מטשערנאביל, לויעוו טשערנאביל, פאלטישאן, פאלטישאן בענסענהוירסט, בלאזוב ריבאטיטש, בריזדוביץ, קאלאמייא, און אלעסק, הרבנים הגאוה"צ גאב"ד טענקא, אבד"ק באבוב-45, אבד"ק פאפא בארא פארק, אבד"ק נעפלעמיץ, אבד"ק היבנוב, אבד"ק אלכסנדר, גאב"ד פאלטישאן, און אבד"ק ראדאמישלא ביתר.



נאך די לוויה אין בארא פארק, איז די מיטה ארויסגעפארן קיין שיכון סקווירא, וואו אלע תושבי השיכון זענען ארויסגעקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די רעבעצין ע"ה, וועלכע איז געווען פון די סאמע ערשטע תושבים אינעם שטעטל, און באליבטער טאכטער פונעם מייסד העיר הרה"ק מסקווירא זי"ע.


ארום 4:00 נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען צום שטעטל, וואס איז שוין געווען איבערגעפילט מיט טויזנטער חסידים, אברכי הכוללים, און הונדערטער בחורי הישיבות קטנות דחסידי סקווירא פון מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנטיסעלא, וועלכע זענען אריינגעקומען צו די לוויה כהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


צום ערשט איז די מיטה צוגעפירט געווארן צום גאראדזש בביתו נאוה קודש פונעם סקווערער רבי'ן, וואו דער רבי האט זיך דארט געזעגנט בצער רב פון זיין לעצט פארבליבענע שוועסטער די רעבעצין ע"ה.


אנקומענדיג צום רחבת ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, האבן שוין אפגעווארט טויזנטער חסידים, אנשים נשים וטף, אויסגעשטעלט מיט א הפלא'דיגע סדר אויף פארענטשעס און באריקאדן.


דער סקווירא דיין, הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א האט פארגעזאגט די "קל מלא רחמים" און דער פילקעפיגער ציבור האט באגלייט די מיטה דורך די גאסן דזשעפערסאן, וואשינגטאן, לינקאלן און רוזעוועלט ביז צום עק פון שטעטל.


דער מסע הלוויה האט ווייטער ממשיך געווען קיין מאנסי, און ארום 4:45 נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען פארנט פונעם ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף האופעל לעין, וואס שטייט בנשיאות בנה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, צווישן די מלווים האבן זיך אויך אנגעזען די קינדער פון ת"ת וויזניץ מאנסי וועלכע זענען ארויסגעקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון.


הרה"ג רבי יהושע העשיל הערשבערג שליט"א, ר"מ בישיבת נועם אלימלך ליזענסק ומרבני הקהילה, האט פארגעזאגט די "קל מלא רחמים", און דערנאך האט מען באגלייט די מיטה ארויף בלאוועלט ראוד, וועסט מעיפל, און סעדל ריווער, אריבערפארנדיג פארנט פונעם ביהמ"ד "בארניב" בנשיאות חתנה כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א.


ביי גראוו סטריט האבן באסעס אפגעפירט דעם ריזן ציבור צום בית החיים "הר שלום" אין עירמאונט.


ביים אנקומען צום בית החיים האבן שוין אפגעווארט טויזנטער אידן פון ארום און ארום, ובראשם די קינדער האדמורי"ם שליט"א, די ברודער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, חתנה הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, און די פלאמעניקס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקוווירא שליט"א פון בארא פארק, כ"ק אדמו"ר מסקווירא מאנסי שליט"א, הגה"צ אב"ד זלאטיפאלי שליט"א, און האדמורי"ם מנצח מנחם ספינקא און טריסק טאלנא.


הרה"ג רבי יצחק צבי סופר שליט"א, מרבני ק"ק ראחמיסטריווקא, האט פארגעזאגט די "צידוק הדין", נאכדעם האבן די קינדער האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א און דער ברודער דער סקווירא רבי שליט"א געריסן קריעה כדת וכדין, מען האט אפגעראכטן די "הקפות" כנהוג, און די חברה קדישא האט דורכגעפירט די קבורה בחלקת מחוקק ספון, נעבן איר גרויסן מאן הרה"ק בעל "אמרות טהורות" מראחמיסטריווקא זצוק"ל.


נאך סתימת הגולל האבן די קינדער האדמורי"ם געזאגט קדיש, און דער ציבור איז אריבער מנחם אבל זיין די קינדער האדמורי"ם און דעם ברודער דער סקווערער רבי שליט"א.


תהא נשמתה צרורה בצרור החיים



bottom of page