top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רחמים שאלו: הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אפגעפירט אין שפיטאל אין קריטישן געזונט צושטאנד

  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעו שערי שמים: חסידי ראחמיסטריווקא זענען יעצט פארמיאטאג פארבעטן געווארן צו מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתה השלימה פונעם אמה של מלכות, הרבנית הצדיקת והישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל וועלכע איז נארוואס אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן געזונט צושטאנד.


די רעבעצען שתחי' וואס איז שוין ליידער א תקופה נישט בקו הבריאות איז היינט פארמיטאג אריין אין א ’סעפטיק שאק’ וואס האט צוגעברענגט אז דער בלוט-דרוק איז געפאלן גאר נידעריג. דאקטוירים אין שפיטאל האבן דערקלערט דער מצב "קריטיש", און זאגן אז מען דארף גרויס רחמי שמים צו קענען זיך ארויסזעהן פון דעם מצב סכנה.


די קינדער האדמור"ים והרבנים שליט"א לבית ראחמיסטריווקא געפונען זיך אצינד אויפן וועג אין שפיטאל, בעת חסידי ראחמיסטריווקא און גאנץ כלל ישראל טוען איינרייסן וועלן לרפואתה השלימה פון די הויכגעשעצטע רעבעצין הרבנית מרים בת טראנא בתוך שאר חולי ישראל, והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.



bottom of page