top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאפיטשניץ און חתנו האד' מביאלא ערווארטעט צוגאסט אין אנטווערפען לרגל א משפחה שמחה

  • לפני 51 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שב"ק פ' נשא ב' • י"ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך פ' בהעלותך וועט די שטאט אנטווערפען מקבל פני זיין צוויי חשובע אדמור"ים פון ארה"'ק הלא המה דער זקן צדיקי בית רוזשין כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א און זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועלכער קומען צופארן אויף א קורצע באזוך אין שטאט לרגל א משפחה שמחה, די חתונה בבית הרה"ג ר' ישראל שטראלי שליט"א איידעם פונעם קאפיטשניצער רבי שליט"א וואס קומט פאר די וואך דינסטאג אין די בעלזער זאל אין שטאט.


די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א וועט זיין צוגאסט אין שטאט פון מאנטאג ביז דאנערשטאג, דורכאויס די ימי הביקור וועט דער רבי דאווענען אלע תפילות און אויפנעמען דעם ציבור אינעם טשארטקובער קלויז בנשיאות האדמור"ים לבית רוזשין, דינסטאג צופרי נאך תפילת שחרית וועט פארקומען א מסיבת קבלת פנים לכבודו דארט אינעם קלויז.


א באזונדערע התרגשות נעמט ארום חסידי ביאלא אין שטאט זיך גרייטנדיג מקבל פנים זיין רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א זייענדיג דאס ערשטע באזוך פון רבי'ן אין אנטווערפען זינט ער איז נתעלה געווארן בכתר האדמור"ות מיט צוויי יאר צוריק. די רבי שליט"א וועט זיין צוגאסט אין שטאט דינסטאג און מיטוואך בהעלותך און וועט האבן די אכסניא אין שטוב פונעם פעטער הרה"ג ר' בנימין פאגעל שליט"א ראש ישיבה קטנה וויזניץ אין שטאט, א שוואגער פונעם קאפיטשניצער רבי.


דער רבי שליט"א וועט טאקע אויסנוצן די געלעגנהייט און אויפנעמען די חסידים תושבי העיר לעצה ותושי' און מיטוואך נאכמיטאג אויפצומארגנס פון די חתונה וועט די רבי זיך אומקערן למעון קדשו אין ירושלים עיה"ק.


תגובות


bottom of page