top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער מסע הצלה דורך גדולי ישראל לטובת "קרן עולם התורה" געפלאנט אויף קומענדיגע וואך ברחבי אמעריקא

  • 3 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן עלעקטראנישער שטראם פון התרגשות נעמט ווידער ארום דאס יהדות החרדית בארצות הגולה, זיך גרייטנדיג מקבל פנים צו זיין א דעלעגאציע פון גדולי ומאורי הדור שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן וואס נעמען ווידער אונטער די רייזע קיין אמעריקא אויפצוטרייבן סכומים אדירים אוועקצושטעלן א מעכטיגן פינאנציעלן רוקן ביין צו ראטעווען דעם עולם התורה אין ארצינו הקדושה.


די דאזיגע נסיעה קומט אין א קריטישן און גולרדיגן זמן ווען די עולם התורה אין ארץ ישראל איז אונטער אטאקע, סיי צוליב דעם דראסטישן אפשטעל פון די רעגירונג שטיצע וואס האלט שוין אן פאר איבער צוויי יאר און האט געברענגט פילע ישיבות און כוללים צום שוועל פון א צוזאמענבראך, און סיי צוליב די פארשטארקטע גזירת הגיוס וואס האט לעצטנס דערגרייכט פרישע שטאפלען אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.


אין שפיץ פון דעם משלחת כבוד וועלן ארויספארן די צוויי עמודי התורה מרנן ראשי ישיבת סלאבאדקע, הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הילל הירש שליט"א. צוזאמען מיט זיי וועלן זיך אנשליסן אין דעם מסע הצלה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת אהבת שלום, המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, הגאון המקובל רבי שמעון גלאי שליט"א, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א ראש ישיבת מאור התורה, הגאון רבי אשר ווייס שליט"א גאב"ד דרכי תורה, הגאון רבי יוסף חברוני שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון רבי ישראל בונים שרייבער שליט"א ראש ישיבת נתיב הדעת, און הגאון רבי חיים מרדכי אוזבאנד שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה.


די גדולי ישראל וועלן זיך ארויסלאזן אין וועג דעם קומעדיגן מוצאי שבת בהעלותך, די ערשטע סטאנציע וועט זיין אין שטאט באלטימאר, נאכדעם וועט מען ממשיך זיין קיין לעיקוואד וואו עס וועלן מאנטאג דורכן טאג אפגעהאלטן ווערן מסיבות און באנקעטן בבתי נדיבים בעם אין שטאט, דינסטאג וועט מען אנקומען קיין שיקאגא און מיטוואך זיך צוריקקערן קיין ניו יארק וואו די משלחת כבוד וועט באזוכן אין עטליכע חרדישע געגעגנטער אריינגערעכט בארא פארק וואו עס איז געפלאנט א גראנדיעזע מעמד "קבלת פני רבותינו" במעמד אלפי תושבי בעיר.


דאנערשטאג וועט מען באזוכן אין מאנסי און זונטאג דערויף וועט זיך שליסן די נסיעה נאכ באזוך דורך טייל פונעם משלחת כבוד אין פלארידע. וואו אין די פארגאנגענע יארן וועלן די גדולי ישראל ווערן אויפגענומען בכבודם הראוי מיטן גרעסטן מאס כבוד התורה, דורך רבבות אלפי ישראל וואס קוקן ארויס צום געהויבענעם באזוך, און וועלן זיך אנצושליסן מיט סכומים הגונים לטובת דעם הייליגן צוועק.

תגובות


bottom of page