וְרוֹמַמְתָּנוּ מִכָּל הַלְּשׁוֹנוֹת • הערליכע יום טוב שבועות און שבת של שמחה אין באבובער הויף
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' נשא ב' • י''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי באבוב האבן במשך די ימי החג זוכה געווען מערב זיין שמחה בשמחה, ווען דער צווייטער טאג שבועות, ביום השבת קודש איז געפראוועט געווארן דער שמחת הבווארפן פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, החתן בן בנו הרה"צ רבי דוד הלברשטאם שליט"א, און בנוסף צו דעם וואס דער ביהמ"ד איז ווי יעדעס יאר שבועות געווען אויסגעצירט מיט בלומען און ביימער כנהוג, האט דער ביהמ"ד געטראגן א שמחה'דיגן חן, מיט די הערליכע שמחה'דיגע שילדן וואס זענען שוין געהאנגען לכבוד די געהויבענע שמחה.
דורכאויס די ימי החג איז ווידעראמאל געקומען צום אויסדרוק דער עבודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, מחזק צו זיין דעם עמוד העבודה שבלב זו תפלה ביי די חסידים, אויף וואס דער רבי שליט"א לאזט נישט אויס קיין געלעגנהייט פון מעורר און מחזק צו זיין דעם ציבור, צו דאווענען מיט א חיות און א ברען, צו זיין באצייטנס ביים דאווענען, און זיך צו האלטן מיט קדושת ביהמ"ד אויפ'ן געהויבענעם שטייגער ווי עס פאסט זיך פאר חסידים ואנשי מעשה.
צוויי מאל במשך דעם יו"ט איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די תפלות מיט עטליכע מינוט פריער ווי די באשטימטע צייט, זייענדיג א דמות דיוקן פאר די עדה חסידים, פון דעם זהירות וואס מען דארף האבן צו זיין באצייטנס ביים דאווענען.
דער רבי שליט"א האט זיך אוועקגעזעצט אויף זיין פלאץ, און באפוילן אויסצואווארטן אויף די באשטימטע צייט. ווי נאר דער זייגער האט געקלאפט צו די באשטימטע צייט ווען מ'האט זיך געדארפט שטעלן, האט מען אנגעהויבן צו דאווענען, בעת דער ביהמ"ד איז שוין געווען פול געפּאקט, אנהייבנדיג דאס דאווענען מיט א קול און התלהבות.
אין די נאכמיטאג שעות פון ב' דחג השבועות איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו שלש סעודות וואס איז געפראוועט געווארן ווי אלע וואכן, און דערנאך געפראוועט דעם נעילת החג אויף א געהויבענעם שטייגער. שפעטער האט מען ממשיך געווען מיט די שמחה כפולה, ווען עס איז געפראוועט געווארן דער "דאבראנאץ" לכבודו פונעם חתן שליט"א, און מ'האט כנהוג, מאריך געווען בשירה וזמרה בתוף ובמחול, באגלייט מיט חרוזים נרגשים לכבוד השמחה.
שפעטער נאך תפלת מעריב, האט דער רבי שליט"א עקסטער משמיע געווען ברכת הקודש פאר'ן גאנצן ציבור. צוליב דעם שטורמישן רעגן-וועטער, האט מען נישט באגלייט דעם רבי'ן שליט"א בחוצות העיר, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דעם ברכת הקודש אין היכל הביהמ"ד, פול מיט הדרכות ישרות פאר'ן גאנצן ציבור און מיט ווארעמע ברכות בזכות התורה ובזכות השמחה.





























