top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורת ה' אדירה: פארגליווערטע מחזה פון 35,000 משתתפים ביים היסטארישן מעמד "אדירי התורה"

  • 3 ביוני
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 4 ביוני

מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, אחים לאנטשעווסקי, הילל ל"ש, אלי וואהל, איצי מ., משה קליין,JDN

מסוף העולם ועד סופו האט אפגעהילכט די מאסיווע קידוש שם שמים און כבוד התורה וואס האט זיך אפגעשפילט על אדמת אמעריקע, ווען א געשאצטע פינף און דרייסיג טויזנט אידן מבני היכלא דאורייתא האבן זיך צונויפגעזאמלט ביים היסטארישן מעמד "אדירי התורה", בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל לומדי תורה באלפי', לרומם ולהדר די חשובע לומדי תורה ומחזיקי תורה.


דער מעמד נשגב איז אפגעהאלטן געווארן צום פיפטן יאר נאכאנאנד, פינעף יאר פון הרמת כבודה של תורה אויף אזא אומגלויבליכן פארנעם, דורכ'ן אינציאטיוו פון די וועלט'ס גרעסטע תורה פילאנטראפן, מיט פארצווייגטע פעולות ודמים תרתי משמע צו הייבן דאס געהאלט פאר אלע כולל יונגעלייט.


דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן "וועלס פערגא סטאדיום" אין פילאדעלפיע מיט אירע העכער פינף און צוואנציג טויזנט זיץ פלעצער, אין צוגאב צו א געשאצטע צען טויזנט אידן וואס האט מיטגעהאלטן די מעמד לעבעדיג אין א דענעבנדיגער סטעדיום צוליב די איבערפלוס פון לומדי תורה וחובבי תורה.


דורכאויס די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך אנגעהויבן די מאסן שטראם פון אלע געגנטער ארום, לעיקוואד, ברוקלין, מאנסי, און אלע אנדערע שטעט וואו עס וואוינען לומדי תורה ומחזיקי תורה. הונדערטער באסעס האבן געפירט דעם ציבור צום ריזן סטעדיום אין פילאדעלפיע, וואו די גאנצע זאל איז בליץ שנעל געווארן איבערגעפולט מקצה אל קצה, און א רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט פאר אלע באטייליגטע לכבוד התורה ולומדיה.


א הערליכע בימת הכבוד פון הונדערטע רבנים וראשי ישיבות, תלמידי חכמים ומרביצי תורה, האבן אפגעשפיגלט די ציהל פונעם נאכט, זעענדיג מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע כח התורה וואס קומט ארויס מבין כותלי הישיבה, אין שפיץ האט זיך אנגעזעהן די גדולי ראשי הישיבות פון בית מדרש גבוה, ורבני העיר התורה לעיקוואד. באזונדער האט ספעציעל ארויסגעשיינט די השתתפות כבוד פון די חסידישע רביים ומנהיגי הקהילות אין שטאט, האדמור"ים מראחמיסטירווקא לעיקוואד, סקולען לעיקוואד, תולדות מרדכי וויזניץ, נאוואמינסק, הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל ראש ישיבת סאוט פאולסבורג, און נאך פילע חשובע ראשי ישיבות אשר אי אפשר לפורטם כי רבם הם.


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט תפלת מנחה און אמירת תהילים פארגעזאגט ברוב הרגש דורכ'ן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוד שוסטאל שליט"א און גלייך נאכדעם האט מען אויפגערופן דער ראש הישיבה הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א צו אדרעסירן דעם מעמד און משמיע זיין דברי ברכה לכבוד התורה ולומדיה.


דער ראש ישיבה האט בקול חוצב מחזק געווען די טויזנטער לומדים און די מחזיקים, און במיוחד ארויסגעהויבן די בני תורה אין ארץ ישראל און באטאנט אז דורך זייער מסירות נפש פאר תורה ווערט די תורה נתרומם צו גאר הויכע מדרגות וואס מען קען אין ערגעץ אנדערש נישט דערגרייכן.


נאכן אויפשפילן א שיינעם פרעזענטאציע, מלא וגדוש מיט התחזקות והדרכה פאר לומדי תורה, איז ערשינען אויף די סקרינס די געשטאלט פון הגאון רבי יוסף חברוני שליט"א מראשי ישיבת חברון, וועלכער האט צוריקגעפירט דעם עולם כמעט הונדערט יאר צוריק צו די שרעקליכע טעג נאך די חברון'ער פאגראמען מיטן אפקלאנג אז גארנישט אין דער וועלט קען נישט איבעררייסן די קשר פון כלל ישראל מיט די תורה הקדושה.


בהדרת כבודה של תורה האט מען בשמחה עצומה מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול פון ארץ הקודש, הגאון הגדול ר' יצחק סאלאווייטשיק שליט"א מגאוני ירושלים בעמח"ס רווחא דשמעתתא וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צום מעמד און האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה לכבוד התורה ולומדיה.


דערנאך האט הגאון רבי ישראל נוימאן שליט"א מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה און ש"ס בבלי לעילוי נשמתו פון האברך ר' שמעון פראנק ע"ה מחשובי תלמידי הישיבה וועלכע איז ליידער נעדר געווארן דעם יאר.


א פלאקער פון חדות התורה האט איינגעהילט דעם זאל נאכן קדיש דרבנן דורך זיין פאטער ר' ראובן פראנק הי"ו ווען מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין גאר עקסטאזפולע טענץ לכבוד התורה, וינועו אמות הסיפים.


דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט "קבלת עול מלכות שמים" וואס איז פארגעזאגט געווארן בהתעוררות רב דורך הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א מראשי הישיבה, וועלכע האט מקדים געווען מיט רגשי תודה והערכה פאר אלע עסקני המעמד, און פאר די מחזיקי תורה, און באזונדער באדאנקט דעם ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א פאר זיין אומערמידליכע כוחות וואס ער לייגט אריין פאר די לומדי תורה.


די היסטארישע מאמענטן וועלן לאנג געדענקט ווערן ביי די וואס האבן עס מיטגעהאלטן, די געוואלדיגע כבוד התורה וואס איז נתרומם געווארן למעלה למעלה און די חיזוק ברוח ובגשם וועט באגלייטן די חשובע לומדי תורה עדי ביאת הגואל.


אשריכם אשריכם תלמידי חכמים, שדברי תורה חביבין עליכם



תגובות


bottom of page