שיינע רבישע חתונה אין הויפן פון מאחנובקא בעלזא - שאץ - קארלין לעלוב - ספינקא
- לפני 6 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער
חסידי מאחנובקא בעלזא האבן דעם דינסטאג מיטגעהאלטן דער שיינע שמחת נישואין בחצר הקודש, פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שמעון נתן נטע ראזענפעלד שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק אייזיק ווייס זצ"ל מספינקא וואס איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.
צווישן די ניגוני התעוררות ביים מעמד הקבלת פנים האט דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון דונולו פארגעזינגען היה עם פיפיות בנוסח ימים נוראים לבית ספינקא, שפעטער ביים מעמד החופה איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער פון כלה כ"ק אדמו"ר מספינקא רמת אהרן שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס האדמורי"ם מזוטשקא, יערוסלאב, קארלין לעלוב, הרה"צ רבי דוד ראזנפעלד שליט''א אבד"ק קארלין לעלוב, און הנגיד רבי ישכר בעריש בראנשטיין נו"נ לצדיקי בית ספינקא, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד די שמחה.
אין לויף פון די שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן די פעטערס האדמורי"ם מספינקא, מעליץ, זוטשקא, יערוסלאב, ספינקא רמת אהרן, ספינקא גני גד, ספינקא בית שמש, קארלין לעלוב, און האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, שבט הלוי, בישטינא פון פתח תקווה, סטראפקוב, אנטניא, לעלוב בראנוביץ, מבקשי השם, הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשערנאביל אלעד, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הגה"צ רבי חיים יוסף בידרמאן אב"ד לעלוב, אב"ד מאקאווא בני ברק, און נאך.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע די מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א, און די שבע ברכות צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה פון ביידע צדדים.
כחצות הלילה האט מען צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ, צום ערשט האט בדחנא דמלכא ר' דוד שובאקס אויפגערופן די זיידע'ס און מחותנים, ביים אופרופן די מחותן אבי הכלה הרה"צ ר' שמעון נתן נטע ראזענפעלד שליט"א האט דער בדחן דערמאנט די קשר אמיץ וחזק וואס האט געהערשט צווישן דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א מיט להבחל"ח דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, מיט וועם דער רבי האט געלערנט בחברותא עטליכע יאר. צום לעצט האט דער זיידע האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה מיט גרויס התלהבות.







































תגובות