top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביי האד' מוויזניץ | בילדער גאלעריע

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג נאך יום טוב שבועות איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה,  א אייניקל ביי חתנו הגה"צ רבי חיים הערש מייזליש שליט"א און אן אייניקל ביי זיין ברודער הגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, טאפלטע אור אייניקל פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א און אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א לרפואה שלימה.   זונטאג אינדערפרי נאך יום טוב שבועות איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ צו תפילת שחרית לרגל די מעמד הנחת תפילין.


נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים אין גרויסן ביהמ"ד לכבוד די שמח הנחת תפילין, און שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי ערשינען צום שמחת הבר מצוה אין די זאלן פון בית וויזניץ וואו דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און באשיינט בראש המסובין. צווישן די משתתפים ביים שמחת איז געווען די פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון דונולו, וועם דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען דעם ספינקא ניגון "שבשפלנו זכר לנו" און צו טאנצן מיטן בר מצוה בחור.




bottom of page