top of page
טרויער ביי תלמידי וחסידי ברסלב נאך פטירה פון המשפיע הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זצ"ל
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען ביי טויזנטער תלמידי וחסידי ברסלב די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, מפארי וזקני המשפיעים אין ק"ק ברסלב, הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זכר צדיק לברכה, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלאטערטע נשמה אין עלטער פון אכט און אכציג יאר לדאבון לב תלמידיו שומעי לקחו וכל בית ישראל. רבי נתן איז געווען פון די אויסגערופענע רבנים ומגדולי המשפיעים אין די


האד' מווערדאן י-ם וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן יארצייט פון אביו הרה"ק מווערדאן זצ"ל אין ארה"ק צוליב מצב המלחמה
מוצאי שבת פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס התרגשות הערשט צווישן חסידי ואוהדי בית ווערדאן אין ארה"ק, זיך גרייטנדיג צום זעקסטן יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל ביום ו' ניסן, ווען עס וועט צום ערשטן מאל אפגעראכטן ווערן די סדר ההילולא אין ארה"ק בראשות בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א על ישראל הדרתו בירושלים עיה"ק. אלע יארן ביז אהער פלעגט דער רבי שליט"א ארויספארן אויף אמעריקא ביומא דהילולא צו זיך משתטח זיין על ציון אביו הגדול, אבער היי יאר צוליב די אנגעצו


האד' מוויזניץ ארויסגעפארן קיין שווייץ אויף אפרוה נאך סוקסעספולע מעדיצינישע פראצעדור אין דייטשלאנד
פרייטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים זענען דערפריידט צו הערן די גוטע בשורה אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל אין מינכען דייטשלאנד וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן איבער די וואך, און געפונט זיך אצינד אונטערוועגנס קיין שווייץ וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע טעג זיך אנצושעפן פון פרישע כוחות נאך די מעדיצינישע באהאנדלונגען צו היילן דעם רבי'ן פון די ביטערע מחלה ה"י, וואס איז מיטן אויבערשטנס הילף אריבער מיט גרויס הצלח


שריפה ביי וויזניצער מצה בעקעריי אין מאנסי פאראורזאכט לייכטע שאדן
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א פייער האט אויסגעבראכן היינט צופרי אין די וויזניצער מצה בעקעריי וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די וויזניצע מיידל שולע אויף קרעסט קאורט אין מאנסי, מיטן אויבערשטנס הילף האט די שריפה נישט אנגעברענגט קיין ערנסטע שאדן פאר די בעקעריי, וואס גרייט זיך שוין פון פריש ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט לקראת דעם קומענדיגן יום טוב פסח הבעל"ט. די פייער האט אויסגעבראכן ביי אן אויוון און זיך פארשפרייט צו איינע פון די קוימענס אויף די דאך פו


חסדי שמים: האד' מוויזניץ ירושלים אפגעקומען מיט לייכטע יסורים נאכן זיין פארמישט אין קאר עקסידענט אין שטאט מאנסי
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויסע ניסים האט פאסירט היינט מיטוואך מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, נאכן זיין פארמישט אין א היבש ערנסטע עקסידענט ביים אנקומען צום שטאט מאנסי צום יארצייט פון אביו הגדול הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, ווי דער רבי און די מקורבים זענען ב"ה ארויסגעקומען בלויז מיט לייכטע וואונדן. די עקסידענט האט פאסירט היינט נאכמיטאג ווען די רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין מאנסי, און איז געפארן אויף די הייוויוא גאס, ווען די קאר האט פארלו


בצל קורתו: הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א זיך מסתופף געווען שבת החודש בצל הקודש פון האד' מפשעווארסק
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינע שבת איז געווען די וואך אין די פשעווארסקער הויף אין אנטווערפען, וואו עס האבן געוויילט הונדערטער געסט פון אלע עקן וועלן במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א לרגל "שבת החודש-מברכין החודש ניסן", ובראשם האט זיך אנגעזעהן צווישן די רבנים חשובים, דער אורח הדגול הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועמען דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט אויסטערליש מכבד געווען זייענדיג פקוע שמיה אלס איינער פון די גדולי הפוסקים, ודולה ומשקה


אהבה וריעות: גרויסע חתונה בחצה"ק באיאן וועט פארקומען אין "גרויסע שטוב" אין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: שוקי ללר אין א ערשטמאליגע שריט איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די היסטארישע אנטוויקלונג אז די חתונה הגדולה בחצר הקודש באיאן, וואס קומט פאר מארגן מיטוואך ויקרא, וועט אפגעראכטן ווערן אינעם היכל האדיר, דער "גרויסער שטוב" אינעם בנין מרכז העולמי דחסידי בעלזא אין ירושלים. ווי ברייט באריכטעט איז דער דאך פונעם גרויסן באיאנער קלויז באטראפן געווארן פון א שרויפנעל, בלויז צוויי טעג איידער די חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מ


תורה תורה חגרי שק: הגה"צ חו"פ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי נפטר געווארן
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה קשה איבער די הסתלקות פון הגה"צ חסידא ופרישא רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי וואס איז נסתלק געווארן אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר נאך א קורצע קרענק ל"ע, צום גרויס באדויער פון גאנץ כלל ישראל און במיוחד די תושבים אין קרית קאשוי בעדפארד היללס וואו דער פרייליכער זמן פון חודש אדר איז צושטערט געווארן ווען עס איז אוועקגעריסן געווארן דעם גאון וצדיק וואס האט פארשיי


אפדעיט: מעדיצינישע פראצעדור ביי האד' מוויזניץ אין דייטשלאנד דורך מיט הצלחה
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פון דייטשלאנד הערט מען ב"ה בשורות טובות, אז די מעדיצינישע פראצעדור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה איז ב"ה אריבער מיט הצלחה, און די דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען. די פראצעדור האט זיך פארצויגן פאר עטליכע לאנגע שעה'ן מיטן האפענונג צו קענען פארבעסערן דעם רבינס מצב, אין די צייט וואס חסידי וויזניץ בכל מקום שהם האבן איינגעריסן לרפואתו השלימה, במיוחד ביים מעמד תפילת רבים אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית ו


האד' מוויזניץ ארויסגעלאזט קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה; ראדיאציע באהאנדלונג באשטימט אויף מארגן דינסטאג
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל חסידי וויזניץ איבער די גארער וועלט זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, זיך גרייטנדיג אויף די מארגנדיגע טאג, דינסטאג ויקרא ווען דער מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט דורכגיין די מעדיצינישע פראצעדור אין מינכען דייטשלאנד. נעכטן זונטאג אינדערפרי האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט לדרכו צלחה קיין דייטשלאנד וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז דעם ענדע וואך אין איינע פון דייטשלאנד'ס מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער אין דער


שרויפנעל פון אן איראנער מיסיל באטראפן ביהמ"ד הגדול באיאן; חתונה הגדולה אין ביהמ"ד ווארשיינליך אפגערופן
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN גרויסע ניסים האט היינט פאסירט אין ירושלים ווען א שטיק שרויפנעל פון אן איראנער מיסיל, האט באטראפן דעם קלויז הגדול דחסידי באיאן, בחסדי שמים איז נישט געווען קיין מענטשליכע שאדנס. ביים הערן די סירענענס ארום דריי אזייגער נאכמיטאג זענען די מתפללים און לומדים אינעם ביהמ"ד הגדול זיך צולאפן אין די שעלטערס, קורצליך דערויף האט א שטיק שרויפנעל דורכגעלעכערט דעם היכל, צווישן די נייע און די אלטע פליגל פון ביהמ"


מצוה גוררת מצוה: האד' מסטיטשין וועט אפרייזן פון אנטווערפן קיין לאנדאן צו באשיינען ביים "כולל חבת ירושלים" דינער
זונטאג פ' ויקרא • כ''ו אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרגשות'דיגע ערווארטונג ווערט אויפגענומען ביי יהדות לאנדאן די בשורה טובה איבער'ן צדיק בא לעיר, די אנקום פון כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א וואס וועט אנקומען לשערי העיר צו באשיינען דעם גראנדיעזן דינער השנתי פונעם "כולל חבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס. דאס קומט בו בזמן וואס דער סטיטשינער רבי שליט"א גרייט זיך ארויסצופארן צום שטאט אנטווערפן, ווערנדיג נעתר לבקשת הנהלת הכולל "חבת ירושלים", צו מפאר זיין על ראש הדינער און דינען אלס


עקסטאז צום "שבת ראש חודש אייר" דורכ'ן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א אין בארא פארק
מוצאי שבת פ' ויקהל פקודי • כ''ה אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה רבה ווערט אויפגענומען ביי תושבי ניו יארק איבער'ן קורצן מסע חיזוק וואס וועט אונטערגענומען ווערן דורכ'ן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואס וועט אנקומען דעם קומעדיגן פרשת תזריע מצורע - טהרה אויף א ביקור מרומם בקרב עדת צאן מרעיתו און וועט פראווען א געהויבענעם שבת ראש חודש אייר אין עיר ואם בישראל בארא פארק. לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך ארויסלאזן לדרכו צליחה דעם קומעדיגן דאנערשטאג תזריע


הילולא קדישא פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע וועט ווידער אפגעראכטן ווערן דורך בניו האדמור"ים בצוותא חדא
דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט איז באשטעטיגט געווארן אז אויך דאס יאר ביומא דהילולא פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי״ע, וועלן די קינדער האדמור"ים שליט"א לבית וויזניץ אפרעכטן די צענטראלער סעודת הילולא רבתי בשבת אחים גם יחד אינעם בית גדול וקדוש שהתפלל בו דער בעל הילולא און דארט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש רבות בשנים. נאכדעם וואס די יארצייט פארלאפענעם יאר איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת, ווען עס איז אפגעראכטן געווארן א גרויסארטיגע "שבת ה


האד' מסאטמאר אריבער סוקסעספולע הארץ פראצעדור אין מאנהעטן
מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר בכל מקום שהם האבן היינט מעתיר געווען בתפילה ותחנונים בעת דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מרן יקותיאל יהודה בן פעסיל לאה איז דורכגעגאנגען א פאראויס געפלאנטע הארץ פראצעדור אין שפיטאל. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט געליטן פון פארשידענע מיחושים אויפן הארץ, און נאכן דורכפירן א פרישע רונדע אונטערזוכונגען האבן די טעסטן געוויזן אז איינע פון די הויפט אדערן צום הארץ זענען פארשטאפט און די דאקטו


ענדגילטיגע פערמיטן פאר נייע הייזער אין "קרית סקווירא" אין בעטעל; ערשטע תושבים וועלן זיך אריינציען לכבוד פסח
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א פייערליכע שטימונג ווערט אויפגענומען ביי חסידי סקווירא די בשורה מרנינה איבער די באשטעטיגונג פון די לאנג-ערווארטעטע פערמיטן פאר די נייע הייזער אינעם נייעם שטעטל "קרית סקווירא" אין בעטעל ניו יארק. די נייע סקווירא שטעטל איז נאך לעצטע יאר נתחנך געווארן ביים היסטארישן ערשטן שבת בראשות דעם מייסד הקרי' ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער איז שוין לענגערע יארן אריינגעטאן אין די הייליגע פעולות מרחיב צו זיין די גבול


האד' מוויזניץ וועט אפרייזן אויף א קורצע נסיעה קיין מינכען - דייטשלאנד לצרכי רפואה
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש די קומענדיגע וואך זונטאג ויקרא וועט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ארויספארן א קורצע נסיעה קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה. די החלטה איז געקומען נאך א רייע אונטערזוכונגען וואס דער רבי איז אריבער אין שפיטאל די לעצטע מעת לעת, אין צייט וואס דער רבי פלאגט זיך נאך מיט די שווערע קרענק ל"ע. דער רבי שליט"א וועט דארט אריבערגיין א סעריע ראדיאציע באהאנדלונגען, א שטייגער ווי די באהאנדלונגען וואס דער רבי איז אריבער פאריאר אין איינע פון די מערסט


הרבנית מסאטמאר תליט"א קויפט אפ זכות "שם ההיכל" אין ישיבת דרך התורה דסאטמאר; "היכל ישועות משה"
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש איבערראשענדע נייעס ווערט אויפגענומען צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר, איבער די היסטארישע קנין זכות וואס הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט אפגעקויפט אויפן נייעם היכל אין בנין "ישיבת דרך התורה ד'סאטמאר", וואס וועט ווערן אנגערופן "היכל ישועות משה" לשמו ולזכרו פונעם היינטיגן בעל ההילולא הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל. די בשורה מרנינה איז געמאלדן געווארן היינט מאנטאג כ' אדר, ווען חתנו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א געמי


השלם זה הבנין: פייערליכע קייט מאורעות בק"ק וויזניץ לאנדאן צו באנייאונג פון נייעם בנין המפואר דישיבה גדולה
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס עקסטאז רישן זיך קהל עדת חסידי וויזניץ לאנדאן מיטצולעבן ימי אורה וגילה לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם גיגאנטישן בנין פון די ישיבה גדולה "בית ישראל" וויזניץ לאנדאן אינעם ענפיעלד געגנט, דער בנין נהדר ומפואר "זכרון יהודה" וואס איז אויפגעבויט געווארן לזכרונו הטהור פון הרה"ק רבי יהודה'לע דזשיקובער זצ"ל. די חנוכת הבית וועט געפייערט ווערן אין א קייט פון מאורעות נרגשות וואס וועט צונויפזאמלען חסידים ומעריצים און פילצאליגע נד


רחמים שאלי: הגה"צ רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר הבד"ץ אנגעוויזן אויף רחמי שמים
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש אידן אין ארצינו הקדושה זענען גערופן געווארן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואת הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר בד"ץ העדה החרדית, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען צוליב ערנסטע הארץ קאמפליקאציעס. דער רב שליט"א איז שוין א תקופה נישט בקו הבריאות און איז דעם דאנערשטאג אויפצומארגנס פון שושן פורים אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון פארשידענע מיחושים אויפן הארץ,


bottom of page
