אהבה וריעות: גרויסע חתונה בחצה"ק באיאן וועט פארקומען אין "גרויסע שטוב" אין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי ללר
אין א ערשטמאליגע שריט איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די היסטארישע אנטוויקלונג אז די חתונה הגדולה בחצר הקודש באיאן, וואס קומט פאר מארגן מיטוואך ויקרא, וועט אפגעראכטן ווערן אינעם היכל האדיר, דער "גרויסער שטוב" אינעם בנין מרכז העולמי דחסידי בעלזא אין ירושלים.
ווי ברייט באריכטעט איז דער דאך פונעם גרויסן באיאנער קלויז באטראפן געווארן פון א שרויפנעל, בלויז צוויי טעג איידער די חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, נאכדעם וואס דער גאנצער היכל הגדול איז שוין געווען צוגעגרייט צו די חתונה, אבער צוליב דעם אומגעוואונטשענעם פאל איז ארויס א פאליצייאישע פארארדענונג אז די חתונה קען נישט פארקומען אינעם קלויז.
די עסקנים פון חצר הקודש באיאן האבן זיך אריינגעווארפן אין א פיבערהאפטיגע זוכעניש צו טרעפן א פאסיגן מקום וואו אריבערצופירן די חתונה, און דאס אויג איז געפאלן אויפ'ן גרויסן שטוב אינעם בנין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים, וואס איז פאסיג אריינצונעמען די חתונה הגדולה מיט די טויזנטער משתתפים און אלע ארומיגע צוגעהערן, און בעיקר, אז ס'איז גוט באשיצט, זיך געפינענדיג אונטער די ערד.
מטעם כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז אריבער א שליח מיוחד צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנפרעגן אויב מ'קען זיך באנוצן מיט'ן גרויסן שטוב, וואס שטייט נישט צום געווענליכן באנוץ דורכאויס די וואך, פאר די חתונה אין באיאנער הויף.
דער בעלזער רב שליט"א האט געגעבן די אנטווארט אז אדרבה ואדרבה, עס וועט זיין פאר אים א כבוד און א זכות צו האבן צוגאסט די חתונה בבית ידידו וריעו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, און מען וועט ניטאמאל בעטן קיין געלט, נאר בלי שום תשלום גמול אוועקגעבן דעם גאנצן היכל און אלע צוגעהערן פאר די חתונה. דערמיט ארויסצייגנדיג די אויסנאמליכע ידידות וריעות צווישן די צוויי הויפן וואס גייט שוין אן צענדליגער יארן נאכאנאנד.
דער בעלזער רב האט באאויפטראגט די עסקנים בחצר הקודש בעלזא, אז זיי זאלן זען צוצושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר די באיאנע חתונה, און עס באטראכטן כאילו ס'ווערט אפגעראכטן א בעלזער מעמד, דהיינו, נישט נאר דער פלאץ ווערט געשאנקען פאר די חתונה, נאר אלע אפעראציעס זאל ווערן צוגעשטעלט מטעם די עסקנים וואס פארפיגן אויף די מעמדים וואס קומען פאר אין די גרויסע שטוב.
דורכאויס דעם היינטיגן טאג זענען די עסקנים פון ביידע הויפן געזיצן אויף נאכאנאנדע באראטונגען, ווי אזוי מסדר צו זיין די חתונה על צד היותר טוב, נאכדעם וואס דער באיאנער ביהמ"ד איז שוין געווען צוגעגרייט ביז'ן לעצטן דעטאל, מיט די פארענטשעס און אלע עקוויפמענט פאר די מוזיק, א.ד.ג.
ספעציעל איז אפגעהאלטן געווארן א צענטראלע אסיפה מיט פילצאליגע עסקנים פון ביידע הויפן, אין שפיץ פון הרה"ח ר' מרדכי דוד שנייד משב"ק פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וואו מ'איז דורכגעגאנגען אלע איינצלהייטן און פלענער פון די פארצווייגטע אריבערפיר.
היינט אויפדערנאכט האט דער מחותן הרה"צ רבי יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון באיאנער רבי'ן באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין באגלייטונג פון א משלחת נכבדה בשליחות הקודש פונעם רבי'ן, איינצולאדענען דעם בעלזער רב צו די שמחה און זיך באדאנקן פאר די אויסערגעווענליכע מידת הכנסת אורחים אין די שווערע סיטואציע. נאכן באזוך האט הרב יוסף זיך אומגעקוקט פון דער נאנט ביי די הכנות צו די מארגנדיגע חתונה הגדולה.
ווי געזאגט, הנותן בעין יפה נותן, ווערט די גרויסע שטוב געשאנקען פאר די חתונה מיט א טובת עין, און אויסער די חתונה זעלבסט, ווערט אויך געשאנקען אלע היכלים און זאלן וואס ווערט באנוצט ביי די בעלזע חתונות, וועט אויך דא גענוצט ווערן פאר אלע חלקים פון די חתונה.
אנגעהויבן פון די חופה וואס וועט פארקומען אויפ'ן ארט וואו ס'קומט פאר די חופות ביי חתונות בבית בעלזא, נעבן די גרויסע שטוב, די סעודת החתונה פאר די מענער וועט סערווירט ווערן אינעם זאל פון "נחלת יהודה" אינעם בנין, די חתונה לנשים וועט אויך פארקומען אין דעם בנין האדיר, גענוי אינעם זעלבן מקום און פארמאט ווי ביי די בעלזע חתונות. ווי אויך וועט די סעודת החתונה מיט די טויזנטער פארציאנען ווערן סערווירט לויט די שטרענגע השגחה פון "מחזיקי הדת".
ווי אויך האבן די עסקנים לבית בעלזא מודיע געווען פאר די עסקנים לבית באיאן, אז ס'ווערט בחפץ לב איבערגעגעבן די פארגעשריטענע "מראות הקודש אפיס", צו קענען פון דארט אקטיוויזירן די הוק-אפס פון די חתונה.
די נשות החסידות וועלן זיך צוזאמקומען אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט די הוקאפ פון די חתונה, און באזונדער וועלן זיין צוגעשטעלט הוקאפס פאר די נשים אין אלע בתי מדרשים דחסידי באיאן איבערן לאנד.





תגובות