top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר אריבער סוקסעספולע הארץ פראצעדור אין מאנהעטן

  • 11 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 12 במרץ

מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר בכל מקום שהם האבן היינט מעתיר געווען בתפילה ותחנונים בעת דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מרן יקותיאל יהודה בן פעסיל לאה איז דורכגעגאנגען א פאראויס געפלאנטע הארץ פראצעדור אין שפיטאל.


דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט געליטן פון פארשידענע מיחושים אויפן הארץ, און נאכן דורכפירן א פרישע רונדע אונטערזוכונגען האבן די טעסטן געוויזן אז איינע פון די הויפט אדערן צום הארץ זענען פארשטאפט און די דאקטוירים האבן רעקאמענדירט דורכצופירן א סטענט פראצעדור.


אט פאר דעם באהאנדלונג איז אויסגעקליבן געווארן די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן וואו מען האט נעכטן פארמיטאג דורכגעפירט די באהאנדלונג, בעת סאטמארער חסידים אומעטום און במיוחד די תלמידי המוסדות האבן מתפלל געווען אז אלעס זאל גיין כשורה.


ב"ה אדאנק תפילות ישראל איז די פראצעדור אריבער סוקסעספול און שפעטער נאכמיטאג איז שוין דער רבי שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל לביתו נאווה קודש, וואו דער רבי וועט בסייעתא דשמיא ווייטער אנגיין מיט זיין סדר היום און משפיע זיין אויף עדת צאן מרעיתו.

תגובות


bottom of page