טרויער ביי תלמידי וחסידי ברסלב נאך פטירה פון המשפיע הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זצ"ל
- 22 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען ביי טויזנטער תלמידי וחסידי ברסלב די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, מפארי וזקני המשפיעים אין ק"ק ברסלב, הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זכר צדיק לברכה, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלאטערטע נשמה אין עלטער פון אכט און אכציג יאר לדאבון לב תלמידיו שומעי לקחו וכל בית ישראל.
רבי נתן איז געווען פון די אויסגערופענע רבנים ומגדולי המשפיעים אין די ברסלבער קהילה, זייענדיג דולה ומשקה פונעם נחל נובע מקור חכמה פאר אלפי חסידי ברסלב בכל קצוות תבל, און זיין פטירה איז א פערזענליכער קלאפ און אבידה שאין לה תמורה פאר די הונדערטער מעריצים וועלכע האבן געקוואלן און זיך אנגעשעפט מיט אוצרות התחזקות און חיות דקדושה פון זיינע פלאם פייערדיגע שיעורים און עבודת הקודש וואס האט מלהיב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים, זעענדיג פאר זיך א דמות דיוקן פון אן עובד ה' און א לעבעדיגער מוסר ספר וואס איז בורח מן הכבוד, און דינט דעם אייבערשטן מיט אן אמונה פשוטה בכל לבבו ונפשו.
רבי נתן איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ"ח צו זיין פאטער הגה"ח רבי זאב ליבערמענש זצ"ל, אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט אין די בארימטע סלאבאדקע ישיבה, וואו ער האט שוין דאן אנגעהויבן מקרב זיין בחורים צום ברסלבער דרך מיט זיינע שיעורים, ווען פילע פון זיי זענען שפעטער אויסגעשטיגן אלס בארימטע משפיעים.
אזוי איז ער געשטיגן במעלות התורה והיראה, ווען ער איז געווארן א מאגנעטישער קראפט פאר אידן עובדי ה' וועלכע האבן זיך ארום אים געקלאמערט און מקבל געווען לקחה של תורה וחסידות. אין די יונגע יארן האט ער געדינט אלס משגיח אין די ברסלבער ישיבה אין בני ברק, און שפעטער געגרינדעט די ברסלבער קהילה אין עמנואל וואו ער האט געוואוינט ביז עטליכע יאר צוריק ווען ער האט זיך געצויגן קיין בית שמש.
בכל מקום בואו איז ער געווען אן אדרעס פאר מבקשים שוחרי תורה וחסידות, און געהאט אן אוזן קשבת און לב שומע פאר שבורי לב, אלעס מיט א פשטות און ענוות חן אנטלויפנדיג פון יעדע סארט גינוני כבוד.
.
ער איז געווען באקאנט אלס אן איש אמת, אשר לא חת מפני איש, און שטענדיג געזאגט זיין קלארע מיינונג, און אין די זעלבע צייט האט ער שטארק געארבעט אויף אחדות צווישן די ברסלבער קהילות, זייענדיג נערץ ונקדש ביי אלע שיכטן און קרייזן אין ברסלב.
אין די לעצטע תקופה איז רבי נתן שטארק געווען אפגעשוואכט, ביז א וואך צוריק ווען ער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו זיין מצב האט זיך פארערגערט, ליידער איז נישט געווען קיין שינוי לטובה די לעצטע טעג און היינט נאכמיטאג האט ער משיב געווען נשמתו הטהורה ליוצרה איבערלאזנדיג א דור ישרים מבורך, צווישן זיי זיין זון הגאון רבי צבי ליבערמענש שליט"א מו"ץ העדה החרדית און רב קהילות ברסלב אין הר יונה און אין רמה ג' בית שמש, בחייו האט רבי נתן ליידער טראגיש פארלוירן זיין זון רבי חיים זצ"ל און זיין איידעם רבי חיים בנימין ווערטהיימער זצ"ל.
די לויה גייט ארויס היינט אום 4:45 נאכמיטאג פונעם גרויסן ברסלבער שול אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים וואו פילע הונדערטער אידן וועלן אפגעבן דעם כבוד האחרון און באוויינען על האי שופרא דבלי עפרא, אויפן וועג צום הר המנוחות וואו ער וועט קומען לקבורה
גדולה האבידה ואין לה תמורה שנשמע ונתבשר בשורות טובות






תגובות