top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שריפה ביי וויזניצער מצה בעקעריי אין מאנסי פאראורזאכט לייכטע שאדן

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א פייער האט אויסגעבראכן היינט צופרי אין די וויזניצער מצה בעקעריי וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די וויזניצע מיידל שולע אויף קרעסט קאורט אין מאנסי, מיטן אויבערשטנס הילף האט די שריפה נישט אנגעברענגט קיין ערנסטע שאדן פאר די בעקעריי, וואס גרייט זיך שוין פון פריש ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט לקראת דעם קומענדיגן יום טוב פסח הבעל"ט.


די פייער האט אויסגעבראכן ביי אן אויוון און זיך פארשפרייט צו איינע פון די קוימענס אויף די דאך פון די געביידע וואס איז ארויף אין העלישע פלאמען, פייערלעשער האבן געארבעט צו ברענגען די פייער אנטער קאנטראל, און מיט גרויס סייעתא דשמיא האט די פייער זיך נישט פארשפרייט אינעווייניג אינעם בעקעריי אדער צו דערנעבענדע הייזער, און עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין גרויסע שאדן.


טראץ די פייער און די לייכטע שאנדס אויפן דאך וואס איז טיילווייז דורכגעבראכן געווארן פון די פלאמען, ארבעט מען שוין אקטיוו צוריקצושטעלן די בעקעריי צו קענען ווייטער באקן די מצות מצווה אין די פארנומענע ערב פסח טעג.


תגובות


bottom of page