הילולא קדישא פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע וועט ווידער אפגעראכטן ווערן דורך בניו האדמור"ים בצוותא חדא
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט איז באשטעטיגט געווארן אז אויך דאס יאר ביומא דהילולא פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי״ע, וועלן די קינדער האדמור"ים שליט"א לבית וויזניץ אפרעכטן די צענטראלער סעודת הילולא רבתי בשבת אחים גם יחד אינעם בית גדול וקדוש שהתפלל בו דער בעל הילולא און דארט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש רבות בשנים.
נאכדעם וואס די יארצייט פארלאפענעם יאר איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת, ווען עס איז אפגעראכטן געווארן א גרויסארטיגע "שבת התכנסות בהילולא דרבי" בראשות כ"ק האדמורי"ם שליט"א, וועט אויך דאס יאר פארקומען די הילולא קדישא במקהלות עם רב טויזנטער חסידים פון איבעראל וועלכער וועלן פראווען די יום קדוש מבואו ועד צאתו בצילם פון די זרע קודש כ"ק האדמורי"ם שליט"א ממשיכי דרכו בקודש.
דעם קומענדיגן מיטוואך ויקרא בעצם יומא דהילולא וועלן פילע טויזנטער חסידים פארפלייצן די שטאט מאנסי, פוקד צו זיין דעם ציון הק׳ אויפן וויזניצער ביה״ח אין מאנסי. דורכאויס דעם טאג וועלן אלע קינדער האדמורי"ם פוקד זיין דעם ציון יעדער באזונדער אין באשטימטע שעות, און וועלן אויפנעמען די חסידים אין די אכסניות אין שטאט מאנסי.שפעטער בשעה 6:30 וועט פארקומען דער סעודת ההילולא אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי, אין שפיץ פון די ברודער האדמור"ים מוויזניץ פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, ירושלים, לאנדאן, מאנטריאל און בארא פארק.
אלס נואם הכבוד האט מען היי יאר האבן די זכיה צו הערן דבריו הנלהבים פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס וועט מיט זיין געוואלדיגן כח הדיבור משמיע זיין די צענטראלע דברות קודש, בשם ובשליחות אלע ברידער האדמורי"ם שליט"א.כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וואס וויילט די יעצטיגער טעג אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע וועט מאנטאג מאכן דעם וועג פון אוקריינע קיין ניו יארק לכבוד די יארצייט. כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט''א וועט לעת עתה פארבלייבן אין ארץ ישראל צוליב די מלחמה אומשטענדן און וועט אפרעכטן די הילולא קדישא בחצר קדשו אין בית שמש.די עסקנים פון חצר הקודש וויזניץ אין מאנסי ארבעטן שוין העפטיג אין צוזאמענארבעט מיט די עסקנים נמרצים פון אלע הויפן, מיט אלע נויטיגע אראנדזשירונגען למען הסדר הטוב, און צו קענען אויפנעמען די טויזנטער וויזניצער חסידים פון אלע מקומות כראוי וכיאות.
די פארבליבענע טעג בעפאר דער יארצייט, און דער שבת ערב דער יארצייט, דינט ביי די חסידים ווי א הכנה דרבה אלס א זמן פון התבוננות במשנתו של אותו צדיק און התעוררות, נאכצוגיין אין די וועגן וואס ער האט געפאדערט כל ימיו פון חסידיו ותלמידיו.
איבער אלע וויזניצער בתי מדרשים אין דער גארער וועלט וועלן געהערט ווערן שמועסן פון רבנים ומשפיעים דעם שבת פאר דער יארצייט, בצילם פון כ״ק מרנן האדמו״רים שליט״א, וואס וועלן ארומרעדן דברי חיזוק והדרכה במשנתו של בעל ההילולא זי״ע.
דאס זעלבע מוצאי שבת פאר דער הילולא וועלן פארקומען מסיבות מלוה מלכה און אויך כינוסים לרגל ההילולא קדישא, וואו מ׳וועט ארומרעדן איבער זיין געהויבענעם לעבן, זיין געוואלדיגע יגיעה בתורה כל ימיו און עבודת הקודש על כל צעד ושעל.
אומעטום וועט מען מעלה זיין זכרונו הטהור פון דעם רועה נאמן און ארומרעדן איבער פעולות צדיק לחיים וויאזוי ווייטער ממשיך צו זיין די הייליגע דרכים וואס ער האט געלערנט להרמת קרן התורה והחסידות בדרך ישראל סבא.






תגובות