עקסטאז צום "שבת ראש חודש אייר" דורכ'ן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א אין בארא פארק
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שבת פ' ויקהל פקודי • כ''ה אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בשמחה רבה ווערט אויפגענומען ביי תושבי ניו יארק איבער'ן קורצן מסע חיזוק וואס וועט אונטערגענומען ווערן דורכ'ן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואס וועט אנקומען דעם קומעדיגן פרשת תזריע מצורע - טהרה אויף א ביקור מרומם בקרב עדת צאן מרעיתו און וועט פראווען א געהויבענעם שבת ראש חודש אייר אין עיר ואם בישראל בארא פארק.
לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך ארויסלאזן לדרכו צליחה דעם קומעדיגן דאנערשטאג תזריע טהרה און וועט אין אמעריקא לאנדן פרייטאג פארטאגס, שחרית וועט דער ראש ישיבה דאווענען אין ביהמ"ד פני מנחם אין בארא פארק נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לכבודו.
דער שבת רבתי וועט פארקומען אין די ריזן "עטרת חיה" זאלן, וואס וועט ווערן פולקאם אויסגערישט מיט טויזנטער זיץ ערטער און הויכשטאקיגע פארענטשעס צו אקאמאדירן דעם פלייץ פון טויזנטער משתתפים, בפרט בעת רעווא דרעווין וואו דער ראש ישיבה וועט נאכן זמן משמיע זיין פייערדיגע דברי תורה און דברי חיזוק אויף א מייק.
פרייטיג צונאכטס וועט דער ראש ישיבה אפרעכטן דעם סעודת שבת קודש אינאיינעם מיט די נגידים וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם "חברותא" פראיעקט, וועלכע פארמאגן א פערזענליכע חברותא'שאפט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, פאר ריזן סכומים להחזקת מוסדות החינוך פני מנחם, און וועלן אויף די שטייגער פון די לעצטיגע שבתים אין ארץ ישראל און אין דזשארזשיע געניסן פונעם פריוואטן סעודת שבת במחיצת הקודש פונעם ראש ישיבה בשבת אחים גם יחד, שפעטער וועט דער ראש ישיבה אפרעכטן דעם שבת אחים אינעם זאל במקהלות עם רב.
נאך שבת וועט דער ראש ישיבה אויפטרעטן מיט שיעורי תורה בפלפול ואגדה אין היכלי התורה, אזוי אויך וועט אין לויף פון די קארצע באזוך זיין ספעציעלע זמני כניסה פאר די חסידים און מעריצים ודופקי פתחו אריינצוגיין לעצה ולברכה, און זונטאג אויפדערנאכט וועט זיך דער ראש ישיבה שוין זיך ארויסלאזן אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין עיה"ק ירושלים.





תגובות