הרבנית מסאטמאר תליט"א קויפט אפ זכות "שם ההיכל" אין ישיבת דרך התורה דסאטמאר; "היכל ישועות משה"
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

איבערראשענדע נייעס ווערט אויפגענומען צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר, איבער די היסטארישע קנין זכות וואס הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט אפגעקויפט אויפן נייעם היכל אין בנין "ישיבת דרך התורה ד'סאטמאר", וואס וועט ווערן אנגערופן "היכל ישועות משה" לשמו ולזכרו פונעם היינטיגן בעל ההילולא הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
די בשורה מרנינה איז געמאלדן געווארן היינט מאנטאג כ' אדר, ווען חתנו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א געמיינזאמע סעודת ההילולא לכבוד די יארצייט פונעם שווער, אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט בני משפחתו בביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
בעת די סעודת הילולא האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו הגדול פונעם רבי'ן, דער רב שליט"א וועלכע דינט אלס ראש ישיבה קטנה דרך התורה און איז פערזענליך אריינגעמישט אין יעדן דעטאל פון די ישיבה, האט אינצווישן זיינע ווערטער געמאלדן די גינסטיגע נייעס אז דער הויכגעשעצטע אמה של מלכות הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א קויפט אפ די קנין זכות פונעם "שם ההיכל" אינעם נייעם בנין הישיבה קנין התורה וואס געפינט זיך בגלילות קרית יואל און ווערט אין די יעצטיגער טעג פראכטפול פארעדיגט אלס א בנין גדול אדיר ומפואר פארן געברויך פון די הונדערטער תלמידי הישיבה.
דער שם ההיכל ווערט אנגערופן "היכל ישועות משה" על שם אביה הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, דאס קומט נאכדעם וואס די סאטמארער רעבעצין האט שוין אפגעקויפט די שם הבנין ביים גינגאנטישן אודיטאריום זאל אינעם בנין הבית רחל אין קרית יואל וואס ווערט אנגערופן "בנין לאה אסתר" על שם אמה הרבנית הצדיקת אשת חבר הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.





תגובות