top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה תורה חגרי שק: הגה"צ חו"פ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי נפטר געווארן

  • לפני 6 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה קשה איבער די הסתלקות פון הגה"צ חסידא ופרישא רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי וואס איז נסתלק געווארן אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר נאך א קורצע קרענק ל"ע, צום גרויס באדויער פון גאנץ כלל ישראל און במיוחד די תושבים אין קרית קאשוי בעדפארד היללס וואו דער פרייליכער זמן פון חודש אדר איז צושטערט געווארן ווען עס איז אוועקגעריסן געווארן דעם גאון וצדיק וואס האט פארשיינט די שטעטל מיט זיין צדקות און פרישות.


דער רב ז"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תשי"ד אין ניו יארק, אלס דער זיבעטע זון צו זיין פאטער הגה"ק רבי רפאל בלום זצ"ל גאב"ד קאשוי, אלס בחור האט ער געלערנט אין די קאשוי ישיבה, וואו ער איז געווען באקאנט אלס איינער פון די אריות שבחבורה, א מתמיד עצום וירא שמים מרבים.


כשהגיע לפרקו האט דער רב זצ"ל חתונה געהאט מיט תבלחט"א הרבנית הצדיקת תליט"א, טאכטער פון הרב החסיד ר' משה וואסערמאן ע"ה וואס איז טראגיש אומגעברענגט געווארן דורך די קאמוניסטן אינדערהיים נאכן ביטערן צווייטן וועלט קריג. 


קורצליך נאך די חתונה ווען זיין פאטער די קאשוי רב האט אוועקגעשטעלט די קאשוי שטעטל האט ער זיך דארט באזעצט וואו ער האט ממשיך געווען על התורה ועל העבודה, און געלערנט תורה לשמה מיט אן אויסטערלישע יגיעה און התמדה, שפעטער איז ער נתמנה געווארן אלס דיין אין שטעטל וואו זיין שטוב איז שטענדיג געווען באלאגערט מיט אידן וועלכע האבן אים אנגעפרעגט שאלות, אויף וואס ער האט משיב געווען מיט א בהירות נפלא.


ער איז אלע יארן געווען פון די חשובע תושבים אין שטעטל, זייענדיג נודע ומפורסם מיט זיין געוואלדיגן יראת שמים, און מיט זיין געהויבענע פרישות וואס האט ביי יעדן ארויסגערופן א געוואלדיגן שעצונג.


אין יאר תשע"ט נאך די הסתלקות פון זיין עלטערן ברודער כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל איז ער עמטליך אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא אין קרית קאשוי, וואו ער האט ממשיך געווען די הייליגע מסורה פון זיין אבות הקדושים זיך נישט אוועקצורירן פון די מסורה און דערצו האט ער כסדר געפילעוועט מיט די ריינע השקפה סיי מיטן ערליכן חינוך און די התבדלות מרשעים והתרחקות מציונים וכל הנגררים אחריהם.


מיט צוויי חדשים צוריק איז ער ליידער דיאגניזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע, און איז טראץ די שווערע יסורים אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש און ווייטער געזעצן און געלערנט יומם ולילה.


פארלאפענעם וואך איז דער רב זצ"ל געווארן אפגעפירט קיין פלארידא וואו ער האט געזאלט אריבערגיין א אפעראציע, למעשה האט מען נישט דורכגעפירט די פראצעדור נאך וואס זיין מצב האט זיך פארערגערט, זונטאג האט מען אים אהיימגעפירט פון פלארידא, און נעכטן מאנטאג איז ער אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער האט די נאכט אויסגעהאכט זיין נשמה  ליוצרה זייענדיג אלט צוויי און זיבעציג יאר.


די איינוואוינער אין קרית קאשוי צייכענען צו דעם וואונדערליכן סימנא מילתא ווען אינמיטן די נאכט האט דער גאנצע שטעטל פלוצים פארלוירן עלעקטריק ביז אין די פארטאגס-שעות נאך וואס עס האט ליידער פאסירט דאס ביטערע.


די לוויה גייט ארויס היינט דריי אזייגער נאכמיטאג פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית קאשוי וואו עס וועלן געהערט ווערן הספדים, פון דארט וועט די ארון געפירט ווערן צום בית החיים אין קרית קאשוי וואו דער רב זצ"ל וועט קומען לקבורה אינעם אהל הק' פון צדיקי בית קאשוי.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'


bottom of page