שרויפנעל פון אן איראנער מיסיל באטראפן ביהמ"ד הגדול באיאן; חתונה הגדולה אין ביהמ"ד ווארשיינליך אפגערופן
- לפני 17 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויסע ניסים האט היינט פאסירט אין ירושלים ווען א שטיק שרויפנעל פון אן איראנער מיסיל, האט באטראפן דעם קלויז הגדול דחסידי באיאן, בחסדי שמים איז נישט געווען קיין מענטשליכע שאדנס.
ביים הערן די סירענענס ארום דריי אזייגער נאכמיטאג זענען די מתפללים און לומדים אינעם ביהמ"ד הגדול זיך צולאפן אין די שעלטערס, קורצליך דערויף האט א שטיק שרויפנעל דורכגעלעכערט דעם היכל, צווישן די נייע און די אלטע פליגל פון ביהמ"ד, און האט פאראורזאכט מינימאלע שאדן, די שטארקע אויפרייס האט אנגעברענגט גרויס זארג ביי די מתפללים אויפן ארט, און די פאליציי איז באלד אנגעקומען אויף די סצענע אין די צייט וואס קיין מענטשליכע שאדנס איז ב"ה נישט באריכטעט געווארן.
אין ליכט פון די היינטיגע אינצידענט איז די גרויסער חתונה די וואך מיטוואך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס האט געלאזט פארקומען אין ביהמ"ד אצינד מוטל בספק, נאכדעם וואס עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער ביהמ"ד וועט נישט זיין אין דינסט די קומענדיגע טעג, און די עסקנים זענען שוין אקטיוו אויפצוקומען מיט א אלטערנאטיווע פלאן אין פאל מ'וועט נישט קענען אפרעכטן די חתונה אין ביהמ"ד ווי געפלאנט.




