האד' מוויזניץ וועט אפרייזן אויף א קורצע נסיעה קיין מינכען - דייטשלאנד לצרכי רפואה
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

די קומענדיגע וואך זונטאג ויקרא וועט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ארויספארן א קורצע נסיעה קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה. די החלטה איז געקומען נאך א רייע אונטערזוכונגען וואס דער רבי איז אריבער אין שפיטאל די לעצטע מעת לעת, אין צייט וואס דער רבי פלאגט זיך נאך מיט די שווערע קרענק ל"ע.
דער רבי שליט"א וועט דארט אריבערגיין א סעריע ראדיאציע באהאנדלונגען, א שטייגער ווי די באהאנדלונגען וואס דער רבי איז אריבער פאריאר אין איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער אין מינכען דייטשלאנד, באגלייט דורך וועלט בארימטע דאקטוירים ריזן אין דעם פעלד, וועלכע האבן שוין באהאנדלט מערערע גדולי ישראל אינעם פארגאנגנהייט און וועלן פארזיכערן אז דער פראצעדור גייט אריבער כשורה, מיטן האפענונג אז די רבי שליט"א וועט זיך קענען אהיימקערן נאך בעפאר שבת קייץ ארץ ישראל, און קומען צוריק צו די כוחות.
כלל ישראל איז מעתיר בתפלה ותחנונים אז אלעס זאל דורכגיין כשורה, און דער רבי שליט"א מרן ישראל בן לאה אסתר, זאל שוין גענצליך ערהוילן און צוריקקומען לאיתנו הראשון און ווייטער קענען משפיע זיין פאר עדת צאן מרעיתו וכל בית ישראל, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.





תגובות