top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מצוה גוררת מצוה: האד' מסטיטשין וועט אפרייזן פון אנטווערפן קיין לאנדאן צו באשיינען ביים "כולל חבת ירושלים" דינער

  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ויקרא • כ''ו אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


מיט התרגשות'דיגע ערווארטונג ווערט אויפגענומען ביי יהדות לאנדאן די בשורה טובה איבער'ן צדיק בא לעיר, די אנקום פון כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א וואס וועט אנקומען לשערי העיר צו באשיינען דעם גראנדיעזן דינער השנתי פונעם "כולל חבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס.


דאס קומט בו בזמן וואס דער סטיטשינער רבי שליט"א גרייט זיך ארויסצופארן צום שטאט אנטווערפן, ווערנדיג נעתר לבקשת הנהלת הכולל "חבת ירושלים", צו מפאר זיין על ראש הדינער און דינען אלס "נואם הכבוד", וואס ווי באקאנט פארמאגט דער רבי אן אויסנאמליכע ווארעמקייט פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס, און איז ארויס מגדרו צו אויפטרעטן ברבים אנדערש ווי דעם רבי'נס שטייגער אנטלויפנדיג פון פרסום.


אזוי ווי דער רבי האט מסכים געווען צו באשיינען דעם דינער און זיך אויפהאלטן אויף א באזוך אין אייראפע, האט די הנהלת הכולל חבת ירושלים אין לאנדאן, פארבעטן דעם רבי'ן צו קומען מפאר זיין בראש הדינער און משמיע זיין מאמרותיו הנלהבות לכבוד צדקת רבי מאיר בעל הנס ותומכיה.


דאס קומט נאך זיבן יאר וואס ס'איז שוין נישט געווארן אפגעראכטן א חבת ירושלים דינער אין לאנדאן, וואס פלעג פארקומען אין שפיץ פונעם נשיא הכולל באייראפע כ"ק אדמו"ר מפשווארסק שליט"א וואס פלעגט יערליך אפרייזן קיין לאנדאן ספעציעל צו באשיינען דעם דינער, אצינד וועט מען צוריק מחדש זיין דעם יערליכן גרויסארטיגן דינער, און די הנהלת הכולל האט שטארק מפציר געווען ביים סטיטשינער רבי'ן צו קומען אויך באשיינען דעם דינער אין לאנדאן.


נאך מערערע הפצרות האט דער רבי שליט"א מסכים געווען און אנגענומען די הזמנה, און וועט אויך אויך אויפטרעטן ביים גרויסן דינער וואס וועט אפגעראכטן ווארן אויף א גייסטרייכן פארנעם פאר די אלפי תושבי העיר הבירה לאנדאן.


דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין אנטווערפן קומענדיגן דינסטאג ויקרא, און צוערשט מנחם זיין משפחת ליפשיץ וואס איז געזיצן שבעה על פטירת אביהם הרה"ח ר' אליעזר ז"ל מחשובי חסידי סטיטשין.


נאכמיטאג וועט דער רבי אפרייזן קיין לאנדאן און באשיינען דעם דינער וואס קומט פאר אויפדערנאכט, און צומארגנס מיטוואך וועט זיך דער רבי אומקערן קיין אנטווערפן צו באשיינען דעם דינער וואס קומט פאר מיטוואך אויפדערנאכט. דאנערשטאג צופרי וועט דער רבי אפרעכטן א סעודת ר"ח מיט קהל חסידיו ותושבי העיר ידידי בית סטיטשין, און שפעטער נאכמיטאג זיך אהיימקערן למעון קדשו אין בארא פארק.



תגובות


bottom of page