top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בצל קורתו: הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א זיך מסתופף געווען שבת החודש בצל הקודש פון האד' מפשעווארסק

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שיינע שבת איז געווען די וואך אין די פשעווארסקער הויף אין אנטווערפען, וואו עס האבן געוויילט הונדערטער געסט פון אלע עקן וועלן במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א לרגל "שבת החודש-מברכין החודש ניסן", ובראשם האט זיך אנגעזעהן צווישן די רבנים חשובים, דער אורח הדגול הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועמען דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט אויסטערליש מכבד געווען זייענדיג פקוע שמיה אלס איינער פון די גדולי הפוסקים, ודולה ומשקה מתורת רבו מרן הרה"ק מסאטמאר זי״ע לאחרים.


דער דיין שליט"א האט מיטגעהאלטן ווי א ריכטיגער חסיד, כעבדא קמיה מריה, און במשך גאנץ שבת זיך איינגעקוקט אויף די עבודת הקודש ביים רבי'ן, נישט אראפנעמענדיג קיין אויג דורכאויס די טישן סיי פרייטאג צונאכטס און ביי מלווה מלכה.


פרייטאג צונאכטס ביים טיש איז דער דיין געזעצט געווארן הארט נעבן רבי'ן, ווען די אנדערע זייט איז געזעצן דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א. א מחזה הוד איז געווען נאך'ן תורה ווען עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינער שמועס בשעשועי דאורייתא, וואו דער דיין האט מוסיף געווען פארשידענע הוספות ארום די דברי תורה פון רבי'ן. דער דיין איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס, ווען דער רבי שליט"א האט אויפגעהויבן דעם כוס צום בענטשן.


דעם געהויבענעם שלש סעודות האט דער דיין שליט״א געפראוועט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין שטאט, און דערביי משמיע געווען מאמרותיו בדברי חיזוק והדרכה, פארן היימישן עולם אין שטאט. 


מלוה מלכה האט דער אורח הדגול ווייטער מיטגעהאלטן בחצר הקודש פשעווארסק, ביים אריינקומען האט דער רבי שליט"א זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו לכבודו און כמעשהו בראשונה ביים טיש פרייטאג צונאכטס פארברענגט מיט'ן דיין בסיפורי צדיקים.

נאכן מלוה מכלה האט דער דיין גענומען דעם ברכת פרידה פונעם רבי'ן און זיך געזעגענט ברוב ברכות.

תגובות


bottom of page