top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מווערדאן י-ם וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן יארצייט פון אביו הרה"ק מווערדאן זצ"ל אין ארה"ק צוליב מצב המלחמה

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שבת פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויס התרגשות הערשט צווישן חסידי ואוהדי בית ווערדאן אין ארה"ק, זיך גרייטנדיג צום זעקסטן יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל ביום ו' ניסן, ווען עס וועט צום ערשטן מאל אפגעראכטן ווערן די סדר ההילולא אין ארה"ק בראשות בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א על ישראל הדרתו בירושלים עיה"ק.


אלע יארן ביז אהער פלעגט דער רבי שליט"א ארויספארן אויף אמעריקא ביומא דהילולא צו זיך משתטח זיין על ציון אביו הגדול, אבער היי יאר צוליב די אנגעצויגענע מצב המלחמה אין ארה"ק, ווען דאס ארויספארן פון לאנד איז גאר שווער און אומזיכער, האט דער רבי באשלאסן צו פארבלייבן אין ארה"ק ביים יארצייט, און וועט אפרעכטן די גרויסארטיגע סעודת הילולא רבתי אין ירושלים עיה"ק.


די סעודת הילולא רבתי וועט פארקומען בליל ההילולא מאנטאג צו אויפדערנאכט אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ ירושלים אויף רח' אדוניהו הכהן, בהשתתפות אדמורי"ם ורבנים שליט"א, ווי מען וועט מעלה זיין זכרונו הבהיר פונעם רבי'ן זצ"ל און מען וועט האבן די זכי' צו הערן די משא המעמד במשנתו פונעם בעל ההילולא דורך בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א.


דאס התרגשות ביי חסידי ואוהדי בית ווערדאן אין ארה"ק איז גרויס, ובפרט ווען עס ליגט נאך אין רושם די לעכטיגע וואכן ווען הרה"ק מווערדאן זצוק"ל פלעגט יאר יערליך אנקומען קיין ירושלים עיה"ק בימי הקיץ, און אפרעכטן דארט זיין הייליגע עבודה בקדושתו ופרישתו, די הייליגע תפלות און לעכטיגע טישן, שטענדיג פלעגט ער רעדן מיט געוואלדיגע געגוגעים וכיסופין אויף קדושת ירושלים, אשר עיניו ולבו שם כל הימים.



תגובות


bottom of page