ענדגילטיגע פערמיטן פאר נייע הייזער אין "קרית סקווירא" אין בעטעל; ערשטע תושבים וועלן זיך אריינציען לכבוד פסח
- 08false42 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט א פייערליכע שטימונג ווערט אויפגענומען ביי חסידי סקווירא די בשורה מרנינה איבער די באשטעטיגונג פון די לאנג-ערווארטעטע פערמיטן פאר די נייע הייזער אינעם נייעם שטעטל "קרית סקווירא" אין בעטעל ניו יארק.
די נייע סקווירא שטעטל איז נאך לעצטע יאר נתחנך געווארן ביים היסטארישן ערשטן שבת בראשות דעם מייסד הקרי' ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער איז שוין לענגערע יארן אריינגעטאן אין די הייליגע פעולות מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה און צושטעלן פרישע מעגליכקייטן פאר די יונגעלייט צו וואוינען מיט הרחבת הדעת, אויף די הייליגע אריגינעלע יסודות מיט וואס מר אביו הרה"ק מסקווירא זצוק"ל האט מייסד געווען דעם קרתא דשופריא שיכון סקווירא.
דאן ביים שבת חנוכת הקרי' זענען די ערשטע פאזע פון צענדליגער נייע דירות שוין געשטאנען גרייט, אבער די גליקליכע ערשטע תושבים האבן זיך נאכנישט געקענט אריינציען אויסווארטנדיג די ענדגילטיגע פערמיטן וואס די ארטיגע אינסטאנצן האבן ארומגעשלעפט מיט ביוראקראטישע פראצעדורן און עס ביז היינט נישט געוואלט ארויסגעבן.
במשך די לעצטערע חדשים איז אריינגעלייגט געווארן אומערמידליכע שתדלנות ביי די פאליטישע באאמטע, און בחסדי ה' איז נארוואס ארויסגעגעבן געווארן די סי-או פון די נייע הייזער, וואס שענקט דעם גרינעם ליכט צו קענען זיך אריינציען אין די נייע הייזער.
בהוראות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלן די ערשטע תושבים זיך אריינציען אין די הייזער דעם קומענדיגן ט' ניסן, ערש"ק הגדול, הארט בעפאר יו"ט פסח, ווען עס געפראוועט ווערן מיט גרויס געהויבנקייט דער זמן חירותינו על אדמת קרית סקווירא, בשעה טובה ומוצלחת.





תגובות