top of page
התייסדות פון נייע ישיבה גדולה טשערנאביל אין בית שמש; הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א אויפגענומען אלס ראש ישיבה
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע שמחת התורה ווערט אויפגענומען בעולם הישיבות די בשורה מרנינה איבער די עפענונג פון א נייע ישיבה גדולה דחסידי טשערנאביל, וואס וועט עפענען אירע טויערן אין שטאט בית שמש, תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. אין די לעצטערע יארן האט דער נשיא הישיבה דער טשערנאבלער רבי מרחיב געווען די גבולי הקדושה מיט'ן מייסד זיין א נייע ישיבה קטנה, אין עיר החסידות בית שמש, וואס איז אויך שנעל אויסגעשטיגן אלס ישיבה נאה ומפו


האד' מוויזניץ ירושלים וועט פראווענען יום טוב שבועות בקרתא דשופריא עיה"ק ירושלים
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים אין ירושלים גרייטן זיך בהתרוממות הנפש מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה, במחיצת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א. דער רבי שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, איז נעתר געווארן לבקשת אנשי שלומו חסידי וויזניץ בארץ הקודש, צו קומען פראווענען זמן מתן תורתינו יו''ט שבועות בקרב עדת צאן מרעיתו. היינט צופרי נאכן דאווענען שחרית בבית מדרשו אין בארא פארק האט דער רבי אפגעראכטן דעם


ק"ק דושינסקיא נעמט שריט צו אראפברענגען הויכע פרייזן צו ארויסדינגען דירות אויף ימים טובים
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש דושינסקיא איז אין די יעצטיגער טעג בעפאר יום טוב שבועות פראקלאמירט געווארן די נייע תקנות צו לעזן די שרעקליך-הויכע פרייזן און מאנגל פון דירות צו דינגען אין ירושלים עיה"ק אויף יום טוב. דער פראבלעם פון די הויכע דירה פרייזן אין די ימים טובים איז געווארן שטערקער די לעצטערע יארן, ווען דער ציבור וואקסט בליעה"ר, און די בעלי הדירות ערלויבן זיך צו רייטן אויפ'ן צורך און שרויפן ארויף די פרייזן צו אבנארמאלע און אומדערהייבליכע ציפער


הרה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון האד' מתולדות אהרן ניסים'דיג איבערגעלעבט ערנסטע קאר עקסידענט אין צפת
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס ניסים האט פאסירט די נאכט מוצאי שבת ווען הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און ראש כולל "באר יוסף", איז געווען פארמישט אין א ערנסטע קאר עקסידענט און איז בחסדי שמים געראטעוועט געווארן ממוות לחיים. הרה"צ רבי ישראל יוסף שליט"א האט זיך געפונען אויפן וועג אהיים קיין ירושלים נאכן וויילן אויף א שבת אין עיה"ק צפת במחיצת אביו הגדול דער רבי שליט"א, רבי ישראל יוסף איז שוין ארויסגעפארן קיין צ


טראגעדיע: נפטר געווארן הרה"ח ר' אהרן יהודה קליין ז"ל משב"ק ואיש אמונו פון האד' מזוטשקא
מוצאי שב"ק פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: ביגון ואנחה האבן חסידי זוטשקא און פילע גוטע פריינד זיך געזעגענט פון האדם היקר באנשים האברך הרה"ח ר' אהרן יהודה קליין ז"ל, משמש בקודש און איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז 46 יאר נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע די לעצטע צוויי יאר, איבערלאזנדיג א קינדער געבענטשטע שטוב מיט יתומים ל"ע. דער חשובער נפטר איז געווען פון די חשובע


האד' מוויזניץ לאנדאן אפגעשטאט בליץ באזוך אין ציריך - שווייץ אויף ביקור חולים ביי האד' מהארדענקא
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן פארמיטאג האט כ"ק האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א פארלאזט ניו יארק נאך א קורצן באזוך לכבוד די שמחת הברית פון אן אור-אייניקל. אונטערוועגנס אהיים קיין לאנדאן האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט אויף א בליץ-באזוך אין ציריך, שווייץ, וואו דער רבי האט מבקר חולה געווען ביי כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, א ידיד נאמן פונעם רבי'ן רבות בשנים און א תומך נלהב פון די מוסדות הקדושים. ווי שוין באריכטעט געפונט זיך דער הארדענקא רבי אי


בת גדולים וקדושים: הרבנית רחל ראזענבוים ע"ה אשת האד' ממעזיבוז נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון 38 יאר
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש שוד ושבר בגבולינו: מיט טיפן שאק און שוידער איז ביי גאנץ כלל ישראל און בפרט ביי חסידי ומעריצי מעזיבוז, ראחוב און קאמארנא אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די טראגישע און פריצייטיגע פטירה פון הרבנית מרת רחל ראזענבוים ע"ה, אשת חבר כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א, וועלכע האט צוריקגעגעבן איר אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה אין בליענדן עלטער פון בלויז 38 יאר. די נפטרת ע"ה, בת גדולים וקדושים, איז געבוירן געווארן אום חודש אלול שנת תשמ"ז


בקשו רחמים: האד' מוואסלוי אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן ליידן לייכטע הארץ אטאקע
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש עורי נא התעוררי נא: אידן איבער די וועלט און חסידים ואנשי מעשה פון די רוזשינער הויפן בפרט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, מפארי האדמורי"ם לבית רוזין, וועלכער איז נעכטן נאכט אריינגעפירט געווארן צו די "שיבא" שפיטאל אין תל השומר נאכן ליידן פון הארץ קאמפליקאציעס. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז שוין די לעצטע וואך נישט געווען בקו הבריאות, נאך א שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן ליל ל"ג בעומר ווען


לזכר עולם: האד' מסאטמאר איז קורא שם פון נייעם סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא מיטן נאמען "קרית משה"
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סאטמאר אומעטום נעמען אויף מיט התרגשות די ידיעה אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אין די יעצטיגע טעג קורא שם געווען אויפ'ן נייעם סאטמארער ישוב וואס בויט זיך אין מאנטיסעלא, מיט'ן נאמען "קרית משה" על שמו ולזכרו פון מרן אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. שוין א לענגערע צייט וואס סאטמארער חסידים האלטן מיט דעם התייסדות פונעם נייעם ישוב וואס בויט זיך אין מאנטיסעלא, הארט נעבן די בארימטע סאטמארער זומער-קריה "קרית ויואל משה - איח


המקובל הגאון הצדיק רבי דוב קוק שליט"א אפגעפירט אין שפיטאל נאכן ליידן פון שווערע לונגען אנטצינדונג
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: היינט אינדערפרי איז הגאון הצדיק המקובל רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה אריינגענומען געווארן צו די לאקאלע פוריה שפיטאל אויף באהאנדלונגען און איז אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל. דער מקובל ליידט פון א לונגען אנטצינדונג וואס האט צוגעברענגט שוועריקייטן מיטן אטעם וואס איז אין צוגאב צו זיין אלגעמיינער שוואכע געזונט צושטאנד, דעריבער איז ער געווארן צייטווייליג ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטאר מיטן האפענונג צו סטאביליזירן


הילולא קדישא פון שמואל הנביא וועט היי־יאר ווידער פארקומען אויף גרעסערן פארנעם נאך עטליכע יאר פון באגרעניצונגען
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג קומען פאר פיבערהאפטיגע הכנות צו די הילולא קדישא פון שמואל הנביא, וועלכע געפאלט אויס דעם קומענדיגן ליל שישי — כ"ח אייר, נאך וואס עס איז אנגעקומען די גרינע ליכט פון די פאליציי און די פארוואלטונג פון די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל צו קענען פראווענען די הילולא אויף א גרויסן פארנעם כבשנים קדמוניות. אין די פארגאנגענע יארן איז ליידער צושטערט געווארן די הילולא פון שמואל הנביא, צוליב די מלחמה אומשטענדן און אויך פאריאר איז דע


מרבה ישיבה: חסידי פאפא פאלגן נאך מוצלח'דיגע סוקסעס פון ניי-געגרינדעטע "ישיבה גבוה דפאפא"
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בקרב חסידי פאפא ווערט מיט גרויס צופרידנהייט נאכגעפאלגט די מוצלח'דיגע אנטוויקלונג פון די נייע "ישיבה גבוה" וואס איז נתייסד געווארן צום אנהייב פונעם היי-יעריגן שנת הלימודים תשפ"ו, און דינט אלס הערליכע מסגרת הישיבה פאר די בחורים מופלגים פון די פאפא ישיבה נאכ'ן דורכגיין די ישיבה יארן אין קרית פאפא. די ישיבה איז געגרינדעט געווארן בעידודו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, לאור די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען


דראמא: חרדישע חברי הכנסת פון דגל התורה פארלאזן קאאליציע לויט הוראה פון ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אינעם מערכה כבידה קעגן דעם גזירת גיוס בני הישיבות וואס הויערט אויף די לומדי תורה אין ארצינו הקדושה האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א נארוואס איבערגעגעבן זיין באשלוס און דעת תורה הברורה אז די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי, זאלן תיכף פארלאזן די קאאליציע און אויפלעזן די רעגירונג. דורכאויס א זיצונג היינטיגן דינסטאג נאכמיטאג האבן די חרדישע פארטרעטער אין כנסת, איבערגעגעבן א רעפארט אי


חסידי וויזניץ ציילן די שעות צום היסטארישער מעמד "הכנסת ספר תורה" פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש געפילן פון התרגשות והתעלות נעמט ארום עדת חסידי וויזניץ די בכל אתר ואתר, וועלכע ציילן די טעג צום היסטארישער זמן וואס מען וועט האבן די זכי' מיטצולעבן און קארגע צוויי וואכן ארום, ביים מחנך זיין די נייע ספר תורה המהודרת וואס איז געשריבן געווארן דורכ'ן רעיא מהימנא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט שטיין בראש פון די פייערליכע מעמדים לכבודה של תורה. דאס התרגשות צווישן די חסידים איז אויפן העכסטן שטאפל, הקרובים והרחוקים, יעדער גרייט


הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א אויפגענומען אלס חבר ביד"ץ אין אנטווערפענער בית דין דקהל מחזיקי הדת
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם עיר ואם בישראל אנטווערפען איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א פריידיגע מעמד התמנות וואו עס איז אויפגענומען א פרישע חבר הביד"ץ אינעם בית דין דקהל מחזיקי הדת וואס נעמט אריין אלע היימישע קהילות הקודש אין שטאט. אין צוגאב צו די לאנגיעריגע חברי הביד"ץ, הגאן רבי יצחק זעקל פאללאק שליט"א און הגאון רבי עמרם העניג שליט"א איז אויפגענומען געווארן הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א מחזק צו זיין דעם עמוד ההוראה בתוככי הקהילה און שטיין על המ


הכנה דרבה בחצה"ק וויזניץ מאנסי צו חתונה הגדולה פון ערשטע אור-אייניקל פון האד' מוויזניץ מאנסי
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי חסידי וויזניץ מאנסי רוישן ברגשי שמחה צו די היסטארישע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן חודש סיון הבעל"ט, וחסידים ברנה יגילו אויף א געהויבענעם שטייגער, ווען עס ציעט זיך ווייטער די שלשלת הקודש לשם ולתפארת. עס וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר


בשיבה טובה ובכתר שם טוב: הרה"ח ר' הערשל מעלצער ע"ה זקן חסידי באבוב נפטר געווארן אין עלטער פון 104 יאר
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער האבן חסידי באבוב היינט באגלייט למנוחת עולמים דער זקן חסידי באבוב, הרה"ח ר' הערשל מעלצער ע"ה, וואס איז דעם שבת נפטר געווארן אין זעלטענע שיבה טובה עלטער פון 104 יאר. ר' הערשל איז געבוירן אין קשאנוב אין גאליציע חודש אדר שנת תרפ"ב. זיין טאטן ר' נחום מעלצער ע"ה איז געווען א ראדאמסקער חסיד און צו זיין בר מצוה איז ר' הערשל געפארן תפילין לייגן ביים לעצטן ראדאמסקער רבי זצ"ל. בימי בחרותו איז ער נתקרב געווארן צו א חבורה באבו


האד' מבאבוב 45 וועט פראווען שבת מיוחדת אין די HCS רעזארט פאר נדבנים פונעם נייעם גיגאנטישן קעמפ "מחנה באבוב-45"
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער חסידי באבוב־45 גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב־45 שליט"א וועט פראווען אויף די קעטסקיל בערג קומענדיגע שב"ק פרשת במדבר, וואס וועט זיין א געהויבענע געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש אויף א פריוואטן פארנעם. דער רבי שליט"א האט אונטערגענומען צו פראווען דעם געהויבענעם שבת צוזאמען מיט די תומכים ומחזיקים פון די הייליגע מוסדות, לרגל דעם מגבית אדירה וואס איז אין די טעג געלאזט


ראש הישיבה הגרמ"ה הירש נישט מיטגעפארן מיט משלחת כבוד קיין דרום אמעריקא צוליב געזונט צושטאנד ביי הרבנית שתחי'
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א לעצט מינוטיגע טויש אין פלאן, איז דער מנהיג עולם התורה ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, ראש ישיבת סלאבאדקע נישט ארויסגעפארן היינטיגן זונטאג אויף די נסיעה קיין דרום אמעריקא, בראש המשלחת פון די גדולי ישראל לטובת דער קרן עולם התורה. דער באשלוס איז געקומען צוליב דעם מצב הבריאות פון זיין חשובע רעבעצין שתחי', וועלכע איז דעם שבת שפיטאליזירט געווארן, און דער ראש ישיבה האט געזען פאר וויכטיג צו פארבלייבן אין ארץ ישראל


חסידי ראחמיסטריווקא גרייטן זיך צום געהויבענעם "שבת חנוכת הבית" אין מחנה אהל יצחק בראשות האד' מראחמיסטריווקא
מוצאי שב"ק פ' בהר בחוקתי • כ''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער ראחמיסטריווקער חסידים פון אלע שטעט האבן אין די טעג זיך שוין איינגעשריבן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם "שבת חנוכת הבית" אינעם נייעם קעמפ "מחנה אהל יצחק" וואס וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן שב"ק פרשת במדבר בצל כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א, אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס מיט געהויבענע געפילן. די נייע גיגאנטישע מחנה "אהל יוחנן ראחמיסטריווקא" אין עלענוויל, ווערט אויפגעבויט מיט א פולע קאמפלעקס פון בנינים מפוארים און


bottom of page
