בת גדולים וקדושים: הרבנית רחל ראזענבוים ע"ה אשת האד' ממעזיבוז נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון 38 יאר
- 13 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 14 במאי
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

שוד ושבר בגבולינו: מיט טיפן שאק און שוידער איז ביי גאנץ כלל ישראל און בפרט ביי חסידי ומעריצי מעזיבוז, ראחוב און קאמארנא אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די טראגישע און פריצייטיגע פטירה פון הרבנית מרת רחל ראזענבוים ע"ה, אשת חבר כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א, וועלכע האט צוריקגעגעבן איר אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה אין בליענדן עלטער פון בלויז 38 יאר.
די נפטרת ע"ה, בת גדולים וקדושים, איז געבוירן געווארן אום חודש אלול שנת תשמ"ז צו איר פאטער, הגה"צ המקובל רבי מתתיהו סאפרין זצ"ל מקאמארנא, בנו הגדול פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א, וועלכער איז ליידער אויך אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו, און צו איר מוטער הרבנית תליט"א, א טאכטער פון הגה"צ רבי משה אדלער זצ"ל גאב"ד טארדא.
אין יאר תשס"ז האט זי זוכה געווען אריינצוקומען בקשרי שידוכין מיט איר חשובן מאן הרה"צ רבי דוד צבי ראזענבוים שליט"א האדמו"ר ממעזיבוז, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און זינט דאן איז זי אלע יארן געווען א געטרייע עזר בקודש, שטייענדיג מיט געטריישאפט לימין קדשו פונעם רבי'ן מיט זיין עבודת הקודש מקרב צו זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים און בפרט אין די לעצטע צען יאר זינט דער רבי איז משמש באדמורו"ת אין שטאט פתח תקוה, און טוט אריינבלאזן טללי תחיה און חיזוק אין די הונדערטער חסידים און אנהענגער ההולכים לאורו.
די רעבעצין ע"ה האט זיך שווערע געמוטשעט די לעצטע צוויי יאר מיט די ביטערע מחלה ל"ע, און מקבל געווען די יסורים באהבה און מיט א פעסטן אמונה. חסידי מעזיבוז האבן כסדר נאכגעפאלגט דער מצב מיט גרויס זארג און מעתיר געווען תפילה לרפואתה, דעם פארגאנגענעם ערב שבת האט זיך דער מצב שטארק פארערגערט ווען די רעבעצין האט פארלוירן איר באוואוסטזיין און איז אפגעפירט געווארן אין די "מעייני הישועה" שפיטאל אין בני ברק.
ליידער איז די גזירה געווען פארשריבן און זי איז יעצט ביינאכט נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, איבערלאזנדיג איר צובראכענעם מאן דער רבי שליט"א, איר מוטער די אלמנה, און א שטוב מיט זעקס קינדער יתומים וואס זי האט ליידער נישט זוכה געווען צו פירן אונטער די חופה.
די לוויה קומט פאר מארגן דאנערשטאג 12:00 פארמיטאג ביים מעזיבוזער ביהמ"ד אין פתח תקוה און שפעטער אין בני ברק וואו זי וועט קומען לקבור








תגובות