top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי וויזניץ ציילן די שעות צום היסטארישער מעמד "הכנסת ספר תורה" פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

געפילן פון התרגשות והתעלות נעמט ארום עדת חסידי וויזניץ די בכל אתר ואתר, וועלכע ציילן די טעג צום היסטארישער זמן וואס מען וועט האבן די זכי' מיטצולעבן און קארגע צוויי וואכן ארום, ביים מחנך זיין די נייע ספר תורה המהודרת וואס איז געשריבן געווארן דורכ'ן רעיא מהימנא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט שטיין בראש פון די פייערליכע מעמדים לכבודה של תורה.


דאס התרגשות צווישן די חסידים איז אויפן העכסטן שטאפל, הקרובים והרחוקים, יעדער גרייט זיך מיט אן הכנה דרבה מיטצוהאלטן די ימי השמחה וואס זענען באשטימט אויף די טעג ארום יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו, וואס רופט ארויס אן אויסטערלישער רגש של שמחה ביי רבבות אלפי חסידי וויזניץ פון אלע עקן וועלט.


ווי שוין ברייט באריכטערט האט דער וויזניצער רבי שליט"א מיט א יאר צוריק זיך אריינגעלאזט אין דעם אונטערנעמונג בקיום מצות כתיבת ספר תורה זייענדיג אין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה, און זינט דאן איז די ספר תורה געשריבן געווארן בתכלית ההידור והיופי, אלעס שטיל און באשיידן, אן א שום פרסום. ערשט מיט עטליכע וואכן צוריק שטייענדיג נאנט צום גמר האט דער רבי שליט"א מגלה געווען דעם סוד און באשטימט דעם חגיגת הכנסת ספר תורה אויף די טעג ארום יום טוב שבועות ווען דער רבי וועט אריינפירן זיין פריוואטע ספר תורה אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק.


די מעמד וועט איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים לבית וויזניץ, הונדערטער געסט זענען ערווארטעט פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם היסטארישע מעמד הכנסת ספר תורה נאכפאלגנדיג מיטן געהויבענעם יום טוב שבועות בצל הקודש, און וועלן בעז"ה פלאצירט ווערן דורך די וועד הכנסת אורחים וויזניץ מתוך הרחבת הדעת.


אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן די ערשטע דעטאלן איבער די סדר החגיגה וואס וועט איינגעטיילט ווערן אין עטליכע באזונדערע מעמדים, אנגעהויבן מיט א גרויסע מעמד סיום כתיבת האותיות והשלמת ספר התורה וואס וועט פארקומען ברוב פאר והדר מיטוואך אויפדערנאכט ליל ערב יום טוב שבועות, אינאיינעם מיט דעם מעמד ההוד פון די לעצטע ספירת העומר, וואו דער רבי שליט"א וועט באותו מעמד מסיים זיין דעם נייעם ספר תורה, וואס ער האט געלאזט שרייבן לזכותו ולרפואתו השלימה.


צומארגנס דאנערשטאג ערב יום טוב שבועות קבלת התורה נאכמיטאג וועט די פרייליכע תהלוכת הספר פארקומען ברחובות קריה ספעציעל געווידמעט פאר די טויזנטער ילדי תשב"ר די צאן קדשים, וועלכע וועלן באגלייטן דעם ספר תורה בקול רינה ותודה איידער דער רבי שליט"א וועט אריינפירן דעם ספר תורה להיכל ביהמ"ד און אפרעכטן די ריקודי קודש במעמד כל קהלא קדישא.


שפעטער וועט דער רבי שליט"א אריינפירן די נייע ספר תורה, און פראווען די ריקודין של שמחה. תיכף דערנאך וועט מען אריינטרעטן אינעם הייליגן יום טוב און שבת קודש אסרו חג אויף א געהויבענע פארנעם.


די סעודה לגמורה של תורה וועט געפראוועט ווערן ביים גרויסן נעילת החג טיש מוצאי יום טוב און שבת קודש, באגלייט מיט לעבעדיגע מוזיק און ריקודין עילאין בשמחת התורה וואס וועט אזוי הערליך פארענדיגן די היסטארישע ימי שמחה בחצר הקודש.

bottom of page