טראגעדיע: נפטר געווארן הרה"ח ר' אהרן יהודה קליין ז"ל משב"ק ואיש אמונו פון האד' מזוטשקא
- לפני 5 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: ביגון ואנחה האבן חסידי זוטשקא און פילע גוטע פריינד זיך געזעגענט פון האדם היקר באנשים האברך הרה"ח ר' אהרן יהודה קליין ז"ל, משמש בקודש און איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז 46 יאר נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע די לעצטע צוויי יאר, איבערלאזנדיג א קינדער געבענטשטע שטוב מיט יתומים ל"ע.
דער חשובער נפטר איז געווען פון די חשובע באבובער אינגעלייט אין בני ברק, זון פון הרה"ח ר' צבי דב קליין שליט"א פון ירושלים, און איידעם ביי הרה"ח ר' שמעון יעקאב מחשובי חסידי טשערנאביל.
קרוב צו 25 יאר האט ער געדינט אלס איבערגעגעבענעם מלמד תשב"ר אין די באבוב'ער תלמוד תורה אין בני ברק, וואו ער האט מחנך געווען טויזנטער תלמידים לתורה און יראת שמים מיט זיין אייגנארטיגן ליבליכן צוגאנג. דערצו איז ער געווען א מרביץ תורה אין ישיבת עץ חיים באבוב אין בני ברק, און אין די לעצטע יארן האט ער אויך געדינט אלס משגיח אין ישיבת טל תורה, וואו ער איז געווען שטארק באליבט ביי אלע בחורים, אזוי אויך איז ער געווען באקאנט אלס אן איש חסד מופלא, און איז געווען גאר שטארק נערץ און באליבט ביי אלע זיינע באקאנטע און גוטע פריינד.
אין די באבובער ישיבה אין בני ברק האט ער אנגעקניפט א קשר אמיץ מיט כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, וואס דינט אלס משפיע אין ישיבה, ווען ר' אהרן יודל איז אלע יארן געווען דעם רבינס רעכטע האנט, אים באגלייטנדיג מיט א זעלטענע נאמנות בכל עת ובכל שעה, ספעציעל זינט דער רבי איז נתעטר געווארן בכתר האדמורו"ת מיט ארום זיבן יאר צוריק, האט ר' אהרן יודל געדינט אלס געטרייער משמש בקודש, אויספירנדיג אלע תפקידים און שליחויות פונעם רבי'ן מיט אן אומבאשרייבליכע איבערגעגענבקייט.
אין די לעצטע צוויי יאר האט ער ליידער געליטן פון די ביטערע מחלה, אבער ער האט דאס אנגענומען מיט א שטארקע אמונה, ביז ער האט היינט אויסגעהאכט זיין לויטערע נשמה אין די מעייני הישועה שפיטאל, זייענדיג ארומגענומען מיט די בני המשפחה און כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א.
די לוי' איז ארויס פון זיין שטוב וואו עס האט זיך געזעגענט הגאון רבי צבי כץ שליט''א ראש ישיבת טל תורה, און דערנאך איז די מיטה אריבער פארנט פון ישיבת עץ חיים דבאבוב, וואו הונדערטער תלמידים און יוצאי הישיבה האבן זיך פארזאמלט צו באגלייטן דעם נפטר וועלכע איז געווען אזוי באליבט ביי יעדן, דארט האט דער זוטשקא רבי שליט"א מספיד געווען בקול נהי ובכי תמרורים, אזוי אויך האבן אויפגעטראטן די ראשי ישיבה הגאון הגדול ר' מאיר לוריא שליט''א און הגאון הגדול ר' מיכאל העלער שליט''א.
שפעטער איז די מיטה אנגעקומען פארנט פונעם באבוב'ער בית מדרש אויף רחוב חזון איש, וואו עס האט מספיד געווען הגה"צ ר' יהושע רובין שליט"א, אב"ד טאמשוב און מנהל הת"ת וואו דער נפטר האט געדינט אלס מלמד. נאך די הספדים איז מען געפארן צום בית החיים אין אלעד, וואו ער איז געקומען לקבורה.
ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ויאמר לצרות ישראל די.

