top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראש הישיבה הגרמ"ה הירש נישט מיטגעפארן מיט משלחת כבוד קיין דרום אמעריקא צוליב געזונט צושטאנד ביי הרבנית שתחי'

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א לעצט מינוטיגע טויש אין פלאן, איז דער מנהיג עולם התורה ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, ראש ישיבת סלאבאדקע נישט ארויסגעפארן היינטיגן זונטאג אויף די נסיעה קיין דרום אמעריקא, בראש המשלחת פון די גדולי ישראל לטובת דער קרן עולם התורה.


דער באשלוס איז געקומען צוליב דעם מצב הבריאות פון זיין חשובע רעבעצין שתחי', וועלכע איז דעם שבת שפיטאליזירט געווארן, און דער ראש ישיבה האט געזען פאר וויכטיג צו פארבלייבן אין ארץ ישראל צו זיין נעבן זיין אשת חיל, טראץ די גרויס ערווארטונג און די קריטיש וויכטיגע ציל פונעם נסיעה להצלת עולם התורה. אויך די נדיבי עם אין דרום אמעריקע, וועלכע האבן מיט גרויס שפאנונג ארויסגעקוקט אויף די היסטארישע באזוך פונעם ראש ישיבה, האבן גלייך ביים הערן די סיטואציע געראטן אז דער ראש הישיבה זאל טאקע פארבלייבן נעבן זיין רעבעצין, זיי האבן פארשפראכן אז טראץ זיין אפוועזנהייט וועלן זיי זיך אנשטרענגען ביתר שאת ועוז פאר דעם "קרן עולם התורה", לכבודו פונעם ראש ישיבה און לזכותה פון זיין חשובע עזר כנגדו לרפואה שלימה.


דער דאזיגער מסע הקודש איז גאר קריטיש און גורל'דיג פארן עתיד פון די ישיבות אין ארץ ישראל, אין א צייט ווען דער עולם התורה אין ארץ הקודש געפינט זיך אונטער א שווערן פינאנציעלן דרוק און כסדר'דיגע סאנקציעס פון די רעגירונג, און ספעציעל אין די יעצטיגע תקופה וואס דער דאללאר האלט אין איין פאלן, האט דאס געצוואוגען די גדולי ישראל צו נעמען דעם וואנדער שטעקן און ארויספארן צו די מרחקים אין א מיסיע אהערצושטעלן אסטראנאמישע סכומים אפצוראטעווען די ישיבות און כוללים פון צוזאמענבראך.


די משלחת הכבוד, וואס באשטייט פון הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת אהבת שלום, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א ראש ישיבת מאור התורה, הגאון רבי חיים פרץ בערמאן שליט"א מראשי ישיבת פאנאוויטש, הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א, און הגאון רבי יוסף חברוני שליט"א מראשי ישיבת חברון, ואתם עמם דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א האבן זיך שוין ארויסגעלאזט אויף דעם וועג קיין בראזיל און פון דארט וועלן זיי ווייטער ממשיך זיין קיין ארגענטינע, מיטן האפענונג אז די נסיעה זאל געקרוינט ווערן מיט די מאקסימום הצלחה און ברענגען די נוטיגע הילף פאר די עולם הישיבות בארצינו הקדושה.

bottom of page