המקובל הגאון הצדיק רבי דוב קוק שליט"א אפגעפירט אין שפיטאל נאכן ליידן פון שווערע לונגען אנטצינדונג
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

לקיים בנו חכמי ישראל: היינט אינדערפרי איז הגאון הצדיק המקובל רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה אריינגענומען געווארן צו די לאקאלע פוריה שפיטאל אויף באהאנדלונגען און איז אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל. דער מקובל ליידט פון א לונגען אנטצינדונג וואס האט צוגעברענגט שוועריקייטן מיטן אטעם וואס איז אין צוגאב צו זיין אלגעמיינער שוואכע געזונט צושטאנד, דעריבער איז ער געווארן צייטווייליג ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטאר מיטן האפענונג צו סטאביליזירן דער מצב. איידערן אריינפארן אין שפיטאל האט דער מקובל געבעטן זיינע חסידים און אנהענגער אים אינזינען צו האבן, און זיך אונטערנעמען קבלות טובות לזכותו ולרפואתו השלימה. דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן רבי דוב בן שושנה לרפואה שלימה ברמ"ח איבריו ושס"ה גידיו.
מודעה איבערגעגעבן דורך הרב יקותיאל אוהב ציון פון די נאנטע מקורבים ביים מקובל וואו ער שילדערט די שווערע מצב, און איז מעורר דעם ציבור איינצורייסן וועלטן.

