top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון האד' מתולדות אהרן ניסים'דיג איבערגעלעבט ערנסטע קאר עקסידענט אין צפת

  • לפני 47 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויס ניסים האט פאסירט די נאכט מוצאי שבת ווען הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און ראש כולל "באר יוסף", איז געווען פארמישט אין א ערנסטע קאר עקסידענט און איז בחסדי שמים געראטעוועט געווארן ממוות לחיים.


הרה"צ רבי ישראל יוסף שליט"א האט זיך געפונען אויפן וועג אהיים קיין ירושלים נאכן וויילן אויף א שבת אין עיה"ק צפת במחיצת אביו הגדול דער רבי שליט"א, רבי ישראל יוסף איז שוין ארויסגעפארן קיין צפת דעם לעצטן דאנערשטאג אויף א נסיעה מיט א גרופע אברכים מצוינים פונעם כולל מתפלל זיין לקראת די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר נאך יום טוב שבועות.


דער עקסידענט האט פאסירט אין די שפעטע שעה'ן פון מוצאי שבת, דורכפארנדיג צומת עמיאד נעבן צפת. טראץ וואס דער קאר איז שווער געשעדיגט געווארן, איז הרה"צ רבי ישראל יוסף שליט"א מיט זיינע באגלייטער ארויס אן א שום קריץ, בחסדי השי"ת.


די הצלה וועלכע זענען אלאמירט געווארן צו די צענע האבן אריינגענומען רבי ישראל יוסף אין שפיטאל אין צפת פאר א סעריע אונטערזוכונגען, און היינט זונטאג אינדערפרי איז ער שוין ב"ה באפרייט געווארן אין א גוטן צושטאנד. ער איז תיכף צוגעפארן אויף תפילת שחרית ביים רבי'ן אין צפת, וואו ער האט עולה געווען לתורה און גומל געבענטשט, אפגעבנדיג א שבח והודאה צו השי"ת אויף די גרויסע נסים וחסדים גלוים.


חסידי תולדות אהרן צייכענען צו א וואונדערליכע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט דעם לעצטן שבת בצל הקודש אין צפת, ווען הרה"צ רבי ישראל יוסף שליט"א האט עולה געווען לתורה די קריאה פון אחרון וואו די תורה לאזט אויס מיט די ווערטער "ולֹא־יבאו לראות כבלע את־הקדש ומתו". נאכן עולה זיין האט אים זיין פאטער דער רבי שליט"א צוגעוויזן אויפן תרגום אונקלוס וואו ער טייטשט בפירוש "ולָא ימותון", אז זיי זאלן נישט שטארבן, ורוח הקודש הופיעה בבית מדרשו, ווען ער איז בלויז געציילטע שעהן דערויף געראטעוועט געווארן ממוות לחיים ממש, ויהי לפלא.



bottom of page