הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א אויפגענומען אלס חבר ביד"ץ אין אנטווערפענער בית דין דקהל מחזיקי הדת
- 11 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אינעם עיר ואם בישראל אנטווערפען איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א פריידיגע מעמד התמנות וואו עס איז אויפגענומען א פרישע חבר הביד"ץ אינעם בית דין דקהל מחזיקי הדת וואס נעמט אריין אלע היימישע קהילות הקודש אין שטאט.
אין צוגאב צו די לאנגיעריגע חברי הביד"ץ, הגאן רבי יצחק זעקל פאללאק שליט"א און הגאון רבי עמרם העניג שליט"א איז אויפגענומען געווארן הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א מחזק צו זיין דעם עמוד ההוראה בתוככי הקהילה און שטיין על המשמר אויף אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן אין שטאט.
דער נייע חבר הבד"ץ איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע גאונות בתורה והוראה, צענדליגע יארן דינט ער שוין אלס מורה ודאין אין די גערער קהילה אין אנטווערפען און טוט ענטפערן שאלות לרבים השואלים דבר ה' זו הלכה.
אין די נעכטיגע וואלן וואס איז אפגעהאלטן געווארן ביים יערליכן גענעראל פארזאמלונג דורך קהל מחזיקי הדת איז דער דיין שליט"א אויסגעוועלט געווארן מיט מערהייט שטימען, צו דינען אלס חבר הבית דין צדק, מיט א פאראייניגטע כח לימינו פונעם מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א און די חברי הבד"ץ לעמוד על המשמר איבער אלע הינזיכטן בקרב הקהלה והעיר, ועל פיהם יושק כל דבר.

