top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התייסדות פון נייע ישיבה גדולה טשערנאביל אין בית שמש; הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א אויפגענומען אלס ראש ישיבה

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט איבערראשנדע שמחת התורה ווערט אויפגענומען בעולם הישיבות די בשורה מרנינה איבער די עפענונג פון א נייע ישיבה גדולה דחסידי טשערנאביל, וואס וועט עפענען אירע טויערן אין שטאט בית שמש, תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.


אין די לעצטערע יארן האט דער נשיא הישיבה דער טשערנאבלער רבי מרחיב געווען די גבולי הקדושה מיט'ן מייסד זיין א נייע ישיבה קטנה, אין עיר החסידות בית שמש, וואס איז אויך שנעל אויסגעשטיגן אלס ישיבה נאה ומפוארה וואס געט ארויס הערליכע פירות פון תלמידים מובחרים לתפארת עולם הישיבות, אונטער די הנהגה פונעם רבינס זון הרה"צ רבי דד טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל בית שמש.


די ישיבה גדולה וועט פונקציאנירן אין צוגאב צו די בארימטע ישיבה גדולה טשערנאביל בארה"ק, וואס איז סטאנציאנירט אין אלעד, און איז ברבות בשנים בארימט געווארן אלס בית חרושת לתלמידים פון וואו עס שטייגן אויס תלמידים מופלגים בתורה ויראת שמים, און צו וואו אהין עס קומען צו פארן בחורים מציונים פון די גאנצע וועלט, צו שטייגן במעלות התורה והיראה אונטער די השפעה פון די אויסגערופענע מרביצי תורה.


אצינד האט דער רבי שליט"א געלאזט רופן די הנהלת הישיבה און חשובי העדה פון שטאט בית שמש, און אויסגעדרוקט רצון קדשו צו גיין מחיל אל חיל און עפענען אויך א ישיבה גדולה אין בית שמש, וכמעשהו באלעד זאל דאס אויך זיין א זעלטענע מקום תורה וואו די בחורים ווערן נתחנך לתורה ויראה אויפ'ן אלטן שטייגער.


דער רבי האט דערביי אריינגערופן לקודש פנימה דער משפיע הגאון המפורסם ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א, אייניקל פונעם בעל פני מנחם מגור זצ"ל, וואס שמ'ט מיט זיין השפעה און מומחיות בשדה החינוך, און מיט זיינע טיפזיניגע שיעורים נפלאים ושיחות חסידות וואס איז מאיר עינים פאר אידן איבער די גאנצע וועלט, ובפרט בקרב בחורי חמד.


דער רבי שליט"א האט אים פארבעטן אנצונעמען די פאזיציע אלס ראש ישיבה, און סומך געווען ידו עליו צו שטיין אין שפיץ פון די נייע ישיבה גדולה, און אויספירן די הייליגע מטרה מעמיד צו זיין דעם קומענדיגן דור פון חסיד'ישע בחורים דורכגעווייקט בתורה וחסידות בדרך רבותינו מאורי החסידות.


די נייע ישיבה וועט עפענען די טויערן צום קומענדיגן זמן בחודש אלול, אויסרופנדיג גרויס שמחה וחדוה בעולם הישיבות והחסידות.

תגובות


bottom of page