top of page
ווידיאו • שמחת החתונה אין הויפן פון זוטשקא - שאץ - טשערנאביל - ביאלא ישרי לב
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


צוויי יוגנטליכע פארמישט אין זילבערווארג רויבעריי בחצר הקודש טשערנאביל, ארעסטירט
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די אנגייענדע אויספארשונג ארום די רויבעריי אין וועלכן די זילבערנע כלי קודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א זענען נעלם געווארן מיט צוויי וואכן צוריק, קומט אריין די נייעס אז די פאליציי האט נעכטן ארעסטירט צוויי יוגנטליכע, אלט 14 און 16 יאר, מיטן חשד אז זיי זענען געווען פארמישט אין דער גניבה. נאך צוויי וואכן וואס די עסקנים זענען געווען אין פארבינדונג מיט די לאקאלע פאליציי באאמטע, האט מען באוויזן צו לייגן א האנט אויף די פאר


הונדערטער ביי הארצרייסנדע לוויה פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל פארנט פון ביהמ"ד טשערנאביל אין ירושלים
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN פילע אידן, גוטע פריינד, בני המשפחה און חסידי טשערנאביל האבן מיט שווערע געמיטער און צעבראכענע הערצער באגלייט למנוחות האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מפארי האברכים אין די טשערנובילער קהילה אין ירושלים, וועלכער איז דעם פארגאנגענעם מיטוואך טראגיש אומגעקומען אין א שווערע קאר עקסידענט אין מאלדאווע, אין בלויזן עלטער פון 29 יאר איבערלאזנדיג א צובראכנע אלמנה און קליינע יתומימל'ך. נאך גאר גרויס דרוק או


פילע ווידיאו • מסע הלוויה פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים
מאנטאג פ' פנחס • י"ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


ארון פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל מחשובי חסידי טשערנאביל י-ם באפרייט פון מאלדאווע נאך אינטענסיווע שתדלנות
פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די לעצטע שעה'ן אנגעקומען די בשורה טובה אז די ארון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים, וועלכער איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין א שווערע קאר עקסידענט אין מאלדאווע בשעת א נסיעה צום ציון פון הרה"ק רבי יחיאל מקרילעוויץ זצ"ל אין קעשינוב מאלדאווע, איז ענדליך באפרייט געווארן דורך די ארטיגע אויטאריטעטן. נעכטן דורכן טאג איז אפגעהאלטן געווארן א הירינג אין געריכט, וואו מען האט געהאפט צו באקומען א גרי


שוד ושבר: האברך ר' עקיבא ראנד ע"ה מחשובי חסידי טשערנאביל טראגיש פארשינטן אין קאר עקסידענט אין מאלדאווע
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שור ושבר בגבולנו: חסידי טשערנאביל און גאנץ כלל ישראל, זענען טיף אויפגעטרייסלט געווארן מיט'ן ערהאלטן די ביטערע נייעס איבער די טראגישע פטירה פון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ע"ה, מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים, וועלכער איז טראגיש פארשניטן געווארן בדמי ימיו נאכן זיין פארמישט אין אן ערנסטע קאר עקסידענט אין דער שטאט קעשענוב, מאלדאווע. די שוידערליכע עקסידענט האט פאסירט אין די צייט וואס א גרויסע פמליא טשערנאבילער חסידים געפונען זיך


מסע הקודש פון האד' מטשערנאביל קיין קעשינוב, מאלאדווע לעצט מינוטיג אפגערופן צוליב חולשה ביים רבי'ן
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א לעצט מינוטיגע טויש אין פלאן איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א נישט ארויסגעפארן צום געפלאנטער נסיעה קיין קעשענוב, מאלדאווע, צוליב א שטארקע חולשה וואס האט באפאלן דעם רבי'ן אין די לעצטע טעג. די נסיעה איז געווען באשטימט אויף היינטיגן מיטוואך פרשת חקת-בלק, צום הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע, וואו דער רבי האט געזאלט צום ערשטן מאל פוקד זיין מקום מנוחת קדשו, וואס איז אין די לעצטע יארן איבערגעפרישט און רענאוואירט


פאליציי אין בני ברק צוריקגעברענגט גע'גנב'טע זילבערווארג פון חצה"ק טשערנאביל נאכן דערגיין די שפורן פון פארברעכער
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פון חצר הקודש טשערנאביל קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז די פאליציי האט די נאכט באוויזן צו ארעסטירן די פארברעכער וועלכע האבן פארגאנגענע וואך דורכגעפירט די געוואגטע רויבעריי אין בית המדרש הגדול טשערנאביל אויף רחוב חבקוק אין בני ברק, און אין די זעלבע צייט צוריק האבן זיי געלייגט א האנט כמעט אלע ווערדפולע זילבערווארג מיט וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א באנוצט זיך ביי די טישן מידי שבת בשבתו. די רויבעריי איז פארגעקומען לעצטן דינסטאג


ישועה ורחמים: האד' מטשערנאביל וועט אונטערנעמען ערשטמאליגער מסע קודש קיין קעשינוב, מאלדאווע
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א רגש התעוררות גרייטן זיך חסידי טשערנאביל צו א געהויבענע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט אונטערנעמען די קומעדניגע וואך צום שטאט קעשענוב מאלדאווע, וואו דער רבי וועט דאס ערשטע מאל פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע, בעצם יומא דהילולא ט' תמוז. דאס קומט נאכדעם וואס מיט עטליכע יאר צוריק האט דער רבי שליט"א געבעטן די עסקנים זיך אריינצולייגן און איבערפרישן דעם מקום הציון און מצבה


בני ברק: טייערע זילבערווארג געגנב'ט פון טשערנאבילער רבינס צימער ביי געוואגטע רויבעריי אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אן ערנסטע רויבעריי האט זיך אפגעשפילט נעכטן דינסטאג אינמיטן נאכט אינעם בית המדרש הגדול טשערנאביל אויף רחוב חבקוק אין בני ברק, וואו געשולטע פארברעכער האבן זיך איינגעבראכן לחדרו הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א און בארויבט ווערדפולע זילבערווארג וואס ווערט באנוצט ביי די שולחנות הטהורים מדי שבת בשבתו, אין ווערד פון צענדליגע טויזנטער שקלים. ווי עס שטעלט זיך ארויס פון די ערשטע אויספארשונגען און די זיכערהייט קאמערעס, זענען די פארברע


היסטאריע אין טשערנאביל: האד' מטשערנאביל וועט פראווענען ערשטמאליגע שבת מיט נגידים ביים כותל המערבי
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי טשערנאביל נדיבי עם קודש ערהאלטנדיג די פריידיגע מודעה איבער א ערשטמאליגע היסטארישע שבת מרומם 'לב ירושלים' וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט פראווען די קומעדיגע שבת קודש פרשת קורח בקרתא דשופריא, ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם. דער שבת וועט זיין געווידמעט לטובת די מקח פארן ביהמ"ד דחסידי טשערנאביל אין ירושלים אונטער די הנהגה פונעם רבינס זון הרה''צ רבי אהרן טווערסקי


התייסדות פון נייע ישיבה גדולה טשערנאביל אין בית שמש; הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א אויפגענומען אלס ראש ישיבה
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע שמחת התורה ווערט אויפגענומען בעולם הישיבות די בשורה מרנינה איבער די עפענונג פון א נייע ישיבה גדולה דחסידי טשערנאביל, וואס וועט עפענען אירע טויערן אין שטאט בית שמש, תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. אין די לעצטערע יארן האט דער נשיא הישיבה דער טשערנאבלער רבי מרחיב געווען די גבולי הקדושה מיט'ן מייסד זיין א נייע ישיבה קטנה, אין עיר החסידות בית שמש, וואס איז אויך שנעל אויסגעשטיגן אלס ישיבה נאה ומפו


נועדו יחדיו: האד' מטשערנאביל באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק
מוצאי שב"ק פ' טהרה • א' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מיטוואך פארנאכטס איז כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א אנגעקומען קיין עיר הקודש ירושלים וואו דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת פדיון הבן פון אן אור אייניקל וואס איז פארגעקומען אין טשערנאבילער ביהמ"ד אויף די תובל גאס אין שטאט. נאך די שמחה האט דער רבי שליט''א אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ''ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה און עס איז דערביי פארפירט געווארן א שיינעם ש


נגידי טשערנאביל אלוועלטליך לעבן מיט גייסטרייכע שבת "צוזאמען מיטן רבי'ן" אין קור שטעטל דאבוס - שווייץ
מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש מיט געוואלדיגע רגש און התרוממות הנפש, האבן צענדליגער טשערנאבילער חסידים, נדיבי עם ובוני בית השם, זוכה געווען מיטצולעבן א היסטארישע שבת "צוזאמען מיטן רבי'ן" אינעם קור שטעטל דאבוס צווישן די הויכע שווייצער בערג, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. דער שבת איז געווען געווידמעט אלס א זעלטענע ערשיינונג "כשהמלך בשדה" פאר די בוני ומקימי הבית הגדול והקדוש, די נדיבי עם וועלכע האבן געעפנט זייערע הערצער מיט אסטראנאמישע סכומים ארויסצ


בוני ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין בני ברק וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין דאוואס
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש מיט א רגש עילאה איז אויפגענומען געווארן ביי חסידי טשערנאביל אז דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת שמות וועט געגעבן ווערן א ספעציעלע געלעגנהייט פאר די גרעסערע נדיבים און בונים פונעם בנין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק, צו מיטהאלטן אן אייגנארטיגע שבת בצילא דמהימנותא עילאה פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כשהמלך בשדה אין שטעטל דאוואס אין שווייץ וואו דער רבי וועט זיך דאן אויפהאלטן למנוחת נפשו הטהורה. ווי באקאנט איז מיט נאנט צו א יאר צוריק א


הֶעֱלָה נֵרֹתֶיהָ • יום טוב חנוכה אין טשערנאבילער הויף
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


מוצלח'דיגע מקח דורך ק"ק טשערנאביל אין אנטווערפען אויף בנין רחבת ידים פאר אייגענעם ביהמ"ד
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי טשערנאביל אין שטאט אנטווערפען זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג, ווען אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת הקהילה זוכה געווען צו שליסן א מוצלח'דיגע מקח, אויף א בנין רחבת ידים אין הארץ פון שטאט אנטווערפען, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א גרויסע נייע בית המדרש דחסידי טשערנאביל. די טשערנאבילער בית המדרש אין אנטווערפען תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז אין די פאר יאר זינט איר התייסדות אויסגעשטיגן אל


יכנס בן אצל אביו: האד' מטשערנאביל ביים עלייה לציון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל ערב ההילולא
מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ארויף צום ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל בראש קהל חסידיו, לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן שב"ק י"ז חשון. אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבינס ברודער הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד. דורכאויס שבת האט די רבי געדאווענט די תפילות פארן עמוד און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת ה


נייעם גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק באנייט לכבוד יום טוב ראש השנה
פרייטאג פ' וילך • ד' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי טשערנאביל אין שטאט בני ברק האבן דעם יום טוב ראש השנה מיט שפאנענדע פרייד...


העלישע שריפה נעבן ביהמ"ד דחסידי טשערנאביל אין ירושלים פאראורזאכט שאדנס פארן ביהמ"ד
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש א העלישע פייער האט היינט אויסגעבראכן אין א ביציקל געשעפט אויף די תובל גאס אין די...


bottom of page
