בוני ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין בני ברק וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין דאוואס
- Bechatzros admin
- לפני 7 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש

מיט א רגש עילאה איז אויפגענומען געווארן ביי חסידי טשערנאביל אז דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת שמות וועט געגעבן ווערן א ספעציעלע געלעגנהייט פאר די גרעסערע נדיבים און בונים פונעם בנין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק, צו מיטהאלטן אן אייגנארטיגע שבת בצילא דמהימנותא עילאה פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כשהמלך בשדה אין שטעטל דאוואס אין שווייץ וואו דער רבי וועט זיך דאן אויפהאלטן למנוחת נפשו הטהורה.
ווי באקאנט איז מיט נאנט צו א יאר צוריק אריין אין שוואונג דעם מאסיוון איבערבוי פראיעקט פונעם טשערנאבילער ביהמ"ד, און צום היי יעריגן ירח האיתנים האט מען שוין ב"ה באנייט דעם היכל ביהמ"ד הגדול אלס כלילת יופי מיט א פנים חדשות'דיגע צורה און הרחבת הדעת לשמחת לבם פון חסידי טשערנאביל אומעטום, אצינד פעלט אבער נאך אויס סכומים אדירים צו קענען משלים זיין דעם פראיעקט אוועקצושטעלן דער היכל התורה, היכל השולחנות, א מקווה טהרה און אלע ארומיגע איינריכטונגען, צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם בליעה"ר.
צו דעם צוועק איז געמאלדן געווארן אז די נדיבי עם קודש וועלכע וועלן זיך אנשליסן מיט פרישע סכומים אדירים למען השלמת הבית הגדול והקדוש וועלן האבן די זכיה מיטצוהאלטן א שבת בעת דער רבי שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אינעם קור-שטאט דאוואס אין שווייץ, זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג אז דער רבי זאל פראווענען א שבת אין דאוואס פאר'ן ציבור.
דעם קומענדיגן אנהייב וואך בעפאר דעם שבת איז דער רבי שליט"א ערווארטעט צו אפרייזן קיין אנטווערפן אויף א קארצע באזוך, וואו די רבי וועט וויילן איבערן וואך בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד רבי משה שטראהלי הי"ו, ביז ענדע וואך ווען די רבי וועט זיך ארויסלאזן קיין שווייץ לקראת דעם געהויבענעם שבת, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די בארימטער בית וועד לחכמים, די קרעסטא האטעל אונטער די אייגנטומערשאפט פון משפ' האלפערט הנכבדה, וועלכע איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן צו דעם שבת מרומם מיט די נדיבים, נאך שבת וועט די רבי פארבלייבן אין דאוואס נאך עטליכע טעג אויף אפרוה, וקוי ה' יחליפו כח.



