top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוצלח'דיגע מקח דורך ק"ק טשערנאביל אין אנטווערפען אויף בנין רחבת ידים פאר אייגענעם ביהמ"ד

  • Bechatzros admin
  • לפני 37 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי טשערנאביל אין שטאט אנטווערפען זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג, ווען אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת הקהילה זוכה געווען צו שליסן א מוצלח'דיגע מקח, אויף א בנין רחבת ידים אין הארץ פון שטאט אנטווערפען, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א גרויסע נייע בית המדרש דחסידי טשערנאביל.


די טשערנאבילער בית המדרש אין אנטווערפען תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז אין די פאר יאר זינט איר התייסדות אויסגעשטיגן אלס א ריכטיגע חסידישע מקום תורה ותפילה פאר אינגעלייט און בעלי בתים, וואס האבן זיך קובע מקום געווען צווישן אירע פיר ווענט, אצינד ווען עס האט זיך אויסגעפעלט אונטערצונעמען א פרישע פראיעקט צו אוועקשטעלן דעם בית המדרש אין א אייגענעם לאקאל, האט מען אין א מזל'דיגע שעה אונטערגעשריבן קאנטראקט אפצוקויפן א גרויסע בנין אויף די איזאבעלאליי גאס אין הארץ פון שטאט. די מקח איז געשלאסן געווארן אין די טעג ארום ח' כסלו, ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל זי"ע.


אין די נאנטע וואכן וועט דער בנין ווערן צוגערישט מיט אלע נויטיגע צוגעהערן אלס א בית מקדש מעט לתורה ולתפילה.

bottom of page