top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ישועה ורחמים: האד' מטשערנאביל וועט אונטערנעמען ערשטמאליגער מסע קודש קיין קעשינוב, מאלדאווע

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט א רגש התעוררות גרייטן זיך חסידי טשערנאביל צו א געהויבענע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט אונטערנעמען די קומעדניגע וואך צום שטאט קעשענוב מאלדאווע, וואו דער רבי וועט דאס ערשטע מאל פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע, בעצם יומא דהילולא ט' תמוז.


דאס קומט נאכדעם וואס מיט עטליכע יאר צוריק האט דער רבי שליט"א געבעטן די עסקנים זיך אריינצולייגן און איבערפרישן דעם מקום הציון און מצבה פונעם זיידן וואס געפינט זיך אין קעשענוב, און דערביי ממנה געווען ספעציעלע וועד וועלכע האבן זיך אריינגעטאן אינעם פראיעקט במסירה נאמנה למלאות רצון צדיק. דער הייליגער צדיק רבי יחיאל קרילאוויצער איז געווען אן אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע בעל אוהב ישראל און אן איידעם ביי הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע, ער איז געווען דער שווער בזיווג ראשון פון הרה"ק המפורסם רבי ישעי' מטשעחויב זי"ע.


מיט צוויי יאר צוריק ווען מען האט גומר געווען דעם פראיעקט האט דער רבי שליט"א געהאט אין פלאן צו פארן צום יארצייט אבער צוליב די מלחמה וואס האט דאן אויסגעבראכן אין ארץ ישראל איז דאס נישט צושטאנד געקומען. אצינד שטייענדיג א קורצע צייט אפגערוקט פון די הילולא קדישא, האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו גיין מתפלל זיין על מקום מנוחת קדשו, און מעתיר זיין בדבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט.


דער רבי וועט זיך ארויסלאזן מיטוואך חקת בלק פארטאגס אין באגלייטונג פון א גרויסע פמליא פון חסידים פון ארץ ישראל און אייראפע. אין די נאכמיטאג שעות וועט דער רבי פוקד זיין דעם ציון און דערנאך מעריך זיין א שולחן לחיים אויפ'ן פלאץ, און שפעטער ביינאכט זיך אהיימקערן למעון קדשו אין ארץ ישראל.



bottom of page