top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער ביי הארצרייסנדע לוויה פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל פארנט פון ביהמ"ד טשערנאביל אין ירושלים

  • לפני 4 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN

פילע אידן, גוטע פריינד, בני המשפחה און חסידי טשערנאביל האבן  מיט שווערע געמיטער און צעבראכענע הערצער באגלייט למנוחות האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מפארי האברכים אין די טשערנובילער קהילה אין ירושלים, וועלכער איז דעם פארגאנגענעם מיטוואך טראגיש אומגעקומען אין א שווערע קאר עקסידענט אין מאלדאווע, אין בלויזן עלטער פון 29 יאר איבערלאזנדיג א צובראכנע אלמנה און קליינע יתומימל'ך.


נאך גאר גרויס דרוק און עסקנות מצד די גרעסטע חרדישע עסקנים פון איבער די וועלט, האט מען ערלעדיגט ביי דער מאלדאווער רעגירונג צו באפרייען דעם ארון אן קיין שום אטאפסי חלילה, און נעכטן זונטאג עלף אזייגער אויפדערנאכט האט די ארון געלאנדעט אין די לוד לופטפעלד. 


דארט אינעם עירפאט האבן שוין אפגעווארט די משפחה-מיטגלידער אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, צו וועמען דער נפטר איז געווען מקושר בלב ונפש. דער רבי האט באגלייט דעם ארון בבכי תמרורים, ווען אויפ'ן רבינס געזיכט האט זיך שטארק דערקענט זיין גרויסער צער און שוואכקייט נאכ'ן באגלייטן די טרויריגע געשיכטע פון די ערשטע רגע, זייענדיג בעובי הקורה מיט די עסקנות בכל צעד ושעל אים צו ברענגען לקבורה קיין ארץ ישראל. דער רבי שליט"א האט דערביי מחזק געווען די צובראכענע משפחה און געזאגט קדיש, איידער די מיטה איז געפארן קיין ירושלים.


ארום איינס אזייגער ביינאכט איז דער מיטה אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד טשערנאביל אויף רחוב תובל אין די רוממה געגנט אין ירושלים. טראץ די גאר שפעטע שעה, האט זיך אנגעזען א ריזן ציבור פון הונדערטער אידן, אלע צעבראכן און צושאסן פון די שרעקליכע פארלוסט.


עס האט צוערשט מספיד געווען הגה"צ רבי אהרן טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל ירושלים, וועלכער האט באוויינט דעם שווערן בראך און ארויסגעהויבן דעם נפטר'ס אומגעהויערע מסירות נפש פאר זיינע ארומיגע, און בפרט פארן כבוד בית המדרש, און האט גערופן דעם ציבור זיך צו מחזק זיין און זיך אונטערנעמען קבלות טובות, בפרט בעניני קדושת בית המדרש, ביים ענדע האט ער געבעטן מחילה בשם די גאנצע קהילה.


באזונדער איז געהערט געווארן פייערדיגע דברי קינה ונהי דורך הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א, ראש ישיבה קטנה פני מנחם וואס דער נפטר האט קובע געווען מקום לתפילתו באופן קבוע אין זיין ביהמ"ד ארי שבחבורה, דער ראש הישיבה האט אנגעהויבן זיין הספד "צר לי עליך אחי נעמת לי מאוד", און האט ארומגערעט איבער זיין דביקות אין די הייליגע תורה, אויך האט מספיד געווען הגאון רבי שלמה דוד קליין דומ"ץ בעלזא לאנדאן וואו דער פאטער פון די נפטר ציילט זיך צווישן די חשובע חברי הקהילה.


די איבעריגע מספידים, ובתוכם זיין עלטער שווער הגה"ח רבי נפתלי גרינצווייג שליט''א, זיין פאטער הרה"ח רבי מרדכי דוד ראנד שליט''א פון לאנדאן, זיין שווער הגאון רבי יוסף מרדכי ווייס רב דקהל מחזיקי הדת אין ציריך שווייץ, און נאך בני המשפחה האבן משמיע געווען הארצרייסנדע דברי הספד וואו זיי האבן פה אחד ארויסגעברענגט זיין ריינע אמונה בהשם וואס ער האט אריינגעבאקן אין זיינע ארומיגע, זיין התמדה בתורה און במיוחד דער סיום הש"ס וואס ער האט נישט לאנג צוריק אפגעראכטן בהסתר, אויף א שטילער פארנעם, ועל כולנה זיין געוואלדיגע לב טוב מיט וואס ער איז געווען אויסגעצייכנט.


קיין אויג איז נישט געבליבן טרוקן במשך די גאנצע לוויה און בפרט ווען דאס זעקס-יעריג יתומ'ל האט געמאכט די ברכה פון דיין האמת און געזאגט קדיש, דערנאך האט מען באגלייט די מיטה אין שפיץ פון די רבנים און קרובי המשפחה דורך די גאסן פון ירושלים, אויפן וועג צום הר המנוחות, וואו ער איז געקומען למנוחת עולמים.



bottom of page