ארון פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל מחשובי חסידי טשערנאביל י-ם באפרייט פון מאלדאווע נאך אינטענסיווע שתדלנות
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די לעצטע שעה'ן אנגעקומען די בשורה טובה אז די ארון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים, וועלכער איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין א שווערע קאר עקסידענט אין מאלדאווע בשעת א נסיעה צום ציון פון הרה"ק רבי יחיאל מקרילעוויץ זצ"ל אין קעשינוב מאלדאווע, איז ענדליך באפרייט געווארן דורך די ארטיגע אויטאריטעטן.
נעכטן דורכן טאג איז אפגעהאלטן געווארן א הירינג אין געריכט, וואו מען האט געהאפט צו באקומען א גרינע ליכט בנוגע דעם באפרייאונג פונעם נפטר. למעשה האט דער ריכטער נאכנישט ארויסגעגעבן קיין פסק, צוליב פארשידענע פראגעס און א.ג. חשדות וועלכע ווערן נאך אויסגעפארשט.
נעכטן איז ארויסגעשטעלט געווארן א בקשה פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וועלכער האט געבעטן די חסידים צו מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך אויסלאזן לטובה, און דער נפטר זאל קענען געברענגט ווערן למנוחה נכונה ווי אמשנעלסטן.
די באפרייאונג איז געקומען נאך אומאויפהערליכע שתדלנות דורכאויס די לעצטע כמעט צוויי טעג, ווען עסקנים אינטערנאציאנאל האבן געארבעט רונדע דעם זייגער צו פארזיכערן כבוד המת און מען זאל חלילה נישט דורכפירן ניתוחי מתים.
א באזונדערע ראלע אין די הצלחה האבן געשפילט העסקן הרב מוטי באבטשיק מנאמני בית כ"'ק אדמו"ר מגור שליט"א, העסקן הרב משה מארגאראעטן פון די צדק ארגאניזאציע, און העסקן הרב משה דוד נידערמאן הי"ו וואס אדאנק זייער געמיינזאמע עסקנות און דיפלאמאטישע פארבינדונגען איז ענדליך געלונגען צו באפרייען די נפטר לקבורה.
לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער ארון ארויספארן מוצאי שבת פון מאלדאווע מיט א פריוואטן פליגער קיין ארץ ישראל, און צומארגנס זונטאג וועט פארקומען די לוויה פארנט פון טשערנאבילער ביהמ"ד אין ירושלים אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א וואס וועט זיך משתתף זיין ביי די לוויה בראש המלווים.

