פאליציי אין בני ברק צוריקגעברענגט גע'גנב'טע זילבערווארג פון חצה"ק טשערנאביל נאכן דערגיין די שפורן פון פארברעכער
- 22 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

פון חצר הקודש טשערנאביל קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז די פאליציי האט די נאכט באוויזן צו ארעסטירן די פארברעכער וועלכע האבן פארגאנגענע וואך דורכגעפירט די געוואגטע רויבעריי אין בית המדרש הגדול טשערנאביל אויף רחוב חבקוק אין בני ברק, און אין די זעלבע צייט צוריק האבן זיי געלייגט א האנט כמעט אלע ווערדפולע זילבערווארג מיט וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א באנוצט זיך ביי די טישן מידי שבת בשבתו.
די רויבעריי איז פארגעקומען לעצטן דינסטאג נאכט ווען עטליכע פארמאסקירטע פארברעכער האבן זיך איינגעבראכן אינעם רבינ'ס צימער אין ביהמ"ד, און אפגעטראגן מיט גאר ווערדפולע זילבערנע כלים, אן איבערלאזן סיי וועלכע שפור פון זיך.
די פאליציי האט אונטערגענומען א אינטענסיווע אויספארשונג צו אידענטיפיצירן די יונגטליכע פארברעכער, וועלכע זענען געכאפט געווארן נעכטן נאכט, און די זילבערווארג געשאצט דורך די פאליציי אין ווערד פון אריבער הונדערט טויזנט שקל, איז היינט צוריקגעקערט געווארן צו די גבאים בחצר הקודש טשערנאביל.
די חסידים באטאנען אז אויף דעם פארגאנגענעם שבת איז שוין איינגעקויפט געווארן פרישע זילבערווארג, בנדבת לבם הטוב פון א צאל נגידים פון איבער דער וועלט, וועלכע האלטן בחזקה די זכות צו מנדב זיין די זילבערנע כלים פאר די שולחנות הטהורים פונעם רבי'ן.





תגובות