top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע הקודש פון האד' מטשערנאביל קיין קעשינוב, מאלאדווע לעצט מינוטיג אפגערופן צוליב חולשה ביים רבי'ן

  • 24 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א לעצט מינוטיגע טויש אין פלאן איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א נישט ארויסגעפארן צום געפלאנטער נסיעה קיין קעשענוב, מאלדאווע, צוליב א שטארקע חולשה וואס האט באפאלן דעם רבי'ן אין די לעצטע טעג.


די נסיעה איז געווען באשטימט אויף היינטיגן מיטוואך פרשת חקת-בלק, צום הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע, וואו דער רבי האט געזאלט צום ערשטן מאל פוקד זיין מקום מנוחת קדשו, וואס איז אין די לעצטע יארן איבערגעפרישט און רענאוואירט געווארן דורך א ספעציעלן וועד עסקנים אויפ'ן אינציאטיוו פונעם רבי'ן שליט"א.


שוין מיט צוויי יאר צוריק האט דער רבי געפלאנט ארויסצופארן צום ציון, אבער די נסיעה איז דאן לעצט מינוטיג אפגערופן געווארן צוליב די אויסברוך פון דער מלחמה אין ארץ ישראל, און אצינד האט זיך ווידער געמאכט מן השמים אז דער רבי שליט"א קען נישט ארויספארן פוקד זיין דעם ציון הקדוש, זייענדיג שטארק אפגעשוואכט, אין די צייט וואס א גרויסע פמליא חסידים האבן זיך שוין ארויסגעלאזט אין וועג קיין קעשענוב האבנדיג אין פלאן מיטצוהאלטן די געהויבענע יומא אריכתא בצל הקודש.


טשערנאבילער חסידים בתוך כלל ישראל טוהן מעתיר זיין בתפילה לבריאותו השלימה וחיזוק הכוחות פונעם רבי'ן, מרן מנחם נחום בן בלומא טובה לבריות גופא ונהורא מעליא.

תגובות


bottom of page