בני ברק: טייערע זילבערווארג געגנב'ט פון טשערנאבילער רבינס צימער ביי געוואגטע רויבעריי אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן ערנסטע רויבעריי האט זיך אפגעשפילט נעכטן דינסטאג אינמיטן נאכט אינעם בית המדרש הגדול טשערנאביל אויף רחוב חבקוק אין בני ברק, וואו געשולטע פארברעכער האבן זיך איינגעבראכן לחדרו הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א און בארויבט ווערדפולע זילבערווארג וואס ווערט באנוצט ביי די שולחנות הטהורים מדי שבת בשבתו, אין ווערד פון צענדליגע טויזנטער שקלים.
ווי עס שטעלט זיך ארויס פון די ערשטע אויספארשונגען און די זיכערהייט קאמערעס, זענען די פארברעכער געווען פארמאסקירט און האבן גענוצט ספעציעלע טעכניקן, כדי נישט איבערצולאזן קיין פינגער-אפדרוקן פאר די אויספארשער.
ווי עס שיינט, האבן די פארברעכער געהאט פונקטליכע אינפארמאציע איבער דעם ארט, זיי זענען צוגעגאנגען דירעקט צום רבינס צימער נעבן דעם היכל הטישן וואו עס געפינט זיך די סעיף מיט די זילבערווארג, און האבן געצילט בלויז אויף די חפצים פון ריין זילבער.
די פאליציי, וועלכע האט שוין געעפנט א העפטיגע אויספארשונג, פארשט יעצט א מעגליכן קשר צו אן אינצידענט דעם פארגאנגענעם שבת, ווען לויט עדות האבן זיך געדרייט א גרופע פרעמדע פארשוינען אינעם בנין, און כאטש זיי האבן דעמאלט גארנישט געגנב'ט, איז מעגליך אז די פארברעכער האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט ווען דער רבי שליט"א איז נישט געווען אין שטאט — וויילנדיג אויף שבת אין אלטשטאט ירושלים לכבוד די ספעציעלע שבת "לב ירושלים" מיט די נגידים ובונים פון ק"ק טשערנאביל אין ירושלים — צו באקוקן דעם שטח און צוגרייטן דעם באדן פאר די גניבה.
היינט צופרי איז די פאליציי אראפגעקומען צום ביהמ"ד זאמלען באווייזן און נעמען עדות-שאפטן, האפנדיג צו לייגן א האנט אויף די פארשוינען וואס זענען פארמישט אין דעם רויבעריי.

