top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נגידי טשערנאביל אלוועלטליך לעבן מיט גייסטרייכע שבת "צוזאמען מיטן רבי'ן" אין קור שטעטל דאבוס - שווייץ

  • Bechatzros admin
  • 18 בינו׳
  • זמן קריאה 3 דקות

מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש

מיט געוואלדיגע רגש און התרוממות הנפש, האבן צענדליגער טשערנאבילער חסידים, נדיבי עם ובוני בית השם, זוכה געווען מיטצולעבן א היסטארישע שבת "צוזאמען מיטן רבי'ן" אינעם קור שטעטל דאבוס צווישן די הויכע שווייצער בערג, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. דער שבת איז געווען געווידמעט אלס א זעלטענע ערשיינונג "כשהמלך בשדה" פאר די בוני ומקימי הבית הגדול והקדוש, די נדיבי עם וועלכע האבן געעפנט זייערע הערצער מיט אסטראנאמישע סכומים ארויסצוהעלפן דעם מאסיוון איבערבוי פראיעקט פונעם ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק.


כאטש וואס אינדרויסן האט געבוזשעוועט א ביטערער פראסט און א שווערער שניי, האט אינעווייניג אין די פראכטפולע אכסניא פונעם "קרעסטא האטעל" אונטער די פירערשאפט פון משפחת האלפערט הנכבדה, געהערשט א ווארעמקייט שאין לתאר. די גליקליכע נדיבים האבן דארט געשפירט א בחינה פון "הביאני המלך חדריו", זייענדיג פארזאמלט מיט איין ציל און רצון אויפצוריכטן דעם בית השם מיט א פראכט און הרחבת הדעת, כרצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. די תפילות, סעודות און טישן זענען אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם שטייגער אינעם ספעציעל אפגעדינגענעם האטעל. 


פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען האט מען אינאיינעם געפראוועט די סעודת ליל שבת קודש, וואו דער אורח השבת פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א, ראש ישיבת תורת צבי ספינקא, האט אויפגעטרעטן מיט דברים חוצבים. אויך האט מען געהערט ווארימע דיבורים פונעם רבינס פריוואטן דאקטער ד"ר לעווינגער, וואס האט ארויסגעברענגט די נחיצות אוועקצושטעלן דעם ביהמ"ד הגדול פאר דעם רבינס הרחבת הדעת און בריאות הגוף.


דערנאך איז דער רבי ערשינען צום עריכת השולחן הטהור, וואו די נדיבי עם האבן מיסב געווען על שולחן מלכים, מיטגעזינגען די זמירות שבת בחדוותא עילאה, און זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים. ביים ענדע פונעם טיש האבן די נדיבים געהאט די זכיה דורכצוגיין כבני מרון וואונטשן א גוט שבת פארן רבי'ן, וועלכער האט יעדן צוריקגעוואונטשן במאור פנים, איש איש אשר כברכתו ברך אותם. נאכן טיש איז אפגעראכטן געווארן א ווארימער "באטע", וואו די נדיבים האבן אויפגעברענגט זכרונות קדומים און סיפורים נפלאים וואס זיי האבן מיטגעלעבט בקודש פנימה ביים רבי'ן שליט"א.


בצפרא דשבתא איז דעם רבינס עליה אפגעקויפט געווארן בשכם אחד דורך די משתתפי השבת פאר דעם פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דאלער לטובת דעם בנין ביהמ"ד הגדול, אויף וואס דער רבי שליט"א האט רעאגירט מיט א זעלטענע קורת רוח.


דער גולת הכותרת פונעם שבת איז געווען ביי די סעודת מלווה מלכה אונטערן נאמען "ליל ההכרעה". דער היכל הסעודות איז פון פריש געווען אויסגעשטעלט מיט א ספעציעלן פראכט, וואו דער יושב ראש פונעם "טשערנאבילער הויף", הרה"ח ר' נתן אללעך הי"ו, וועלכער שטייט אין שפיץ פונעם מאסיוון בוי פראיעקט, האט מיט ווארעמע ווערטער ארויסגעברענגט דער גרויסער האפענונג צו פארענדיגן דעם בית גדול וקדוש כלול בהדרו. אויך האט מען געהערט דברים חוצבי להבות פונעם אורח הכבוד הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א, וועלכער האט אנגעווארמעט די הערצער בטוב טעם, און הנגיד ר' אברהם שלמה איינהארן שליט"א פון ניו יארק האט ארומגערעדט מעומק לבבו איבער דעם חובת השעה צו שטיין לימין קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.


דערנאך איז דער יושב ראש פונעם פראיעקט הרה"ח ר' נתן אללעך הי"ו אנגעפרעגט געווארן פארשידענע שאלות ארום דעם בוי פראיעקט דורכן אורח הכבוד הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א, אויף וואס ער האט געענטפערט און אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט. צום קלימאקס פונעם מעמד האבן די נדיבים זוכה געווען צו הערן קולו בקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט געגאסן זעלטענע ברכות פאר די בוני הבית בזכות אבותיו הקדושים. 


דערנאך איז פארגעקומען דער מחזה הוד "מעמד חתימת השטרות", וואו די נדיבים זענען צוגעגאנגען צום רבי'ן און אונטערגעשריבן אויף שטרי שותפות געשריבן אויף קלאף מיט סכומים עצומים למען בית השם. דער רבי שליט"א האט אונטערגעשריבן די שטרות בחתימת יד קדשו און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די חשובע נדיבים.



תגובות


bottom of page