נייעם גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק באנייט לכבוד יום טוב ראש השנה
- sfbechatzros
- 26 בספט׳
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' וילך • ד' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי טשערנאביל אין שטאט בני ברק האבן דעם יום טוב ראש השנה מיט שפאנענדע פרייד אויסגעשריגן דעם הילכיגן "ברכת שהחיינו" מיטן מחנך זיין דעם פריש איבערגעבויעטן ביהמ"ד הגדול אין א מזל'דיגע שעה.
דער מולטי-מיליאן דאלארדיגער פראיעקט נעמט אריין א מאסיווע איבערבוי פונעם בנין ביהמ"ד הגדול, איבער אלע שטאקן און היכלים, וואס איז גענצליך פארוואנדלט געווארן אלס כלילת יופי מיט א פנים חדשות'דיגע פרעכטיגע צורה, און דערצו איז דראסטיש פארברייטערט געווארן די היכלי התורה ותפלה און אלע ארומיגע איינריכטונגען, צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם בליעה"ר, אין צייט וואס דער עקזיסטירנדער בנין איז געוועהן שטארק אויסגעוואקסן און אפגעדינט. דער פרעכטיגער איבערבוי איז אין צוגאב א גרויסע תועלת צו פארגרינגערן די עבודת הקודש פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, ווען עס ווערט גלייכצייטיג איינגעריכטעט פארשידענע הצטרכות'ער פארן רבי'ן שליט"א, א נייע חדר התפלה, נייע חדר הגבאים, א נייע פריוואטע מקוה, און נאך פארשידענע געברויכן פארן רבינס שטוב. דער מאסיווע אויסברייטערונג פונעם בנין בית המדרש הגדול זעלבסט נעמט אריין אין זיך א ריזיגע פארברייטערטע היכל הגדול מיט קרוב צו 1500 זיץ פלעצער, צוויי שטאק גאלעריען, און באזונדער איז פארהעכערט געווארן די דאך פונעם היכל וואס וועט ערמעגליכן צו קענען אויפשטעלן הויכע פארענטשעס פאר די שמחות און מאורעות בחצר הקודש. אזוי אויך אין די אונטערשטע שטאק פונעם בית המדרש איז דריי מאל פארגרעסערט געווארן אין מאס מיט שפאגל-נייע חדרי תפלה פאר די מנינים בימות החול, א ריזיגע נייע קאווע שטוב, א מקוה מפוארה וואס מען האפט צו פארענדיגן דעם ווינטער הבעל"ט, און נאך פארשידענע איינריכטונגען אזוי ווי עס פאסט זיך פאר א בית ה'. דער מאסיווער רענאוואציע פון די היכל בית המדרש הגדול איז פארענדיגט געווארן אויף יום טוב, ווי דער גאנצער שטאט בני ברק האט צוגעקוקט מיט שפאנונג זעהנדיג ווי דער מאסיווער בנין גדול איז הולכות ונבנית לשם ולתפארת מבית ומבחוץ, און תיכף נאך די הייליגע טעג וועט מען זיך בעז"ה נעמען צו פארענדיגן די אונטערשטע שטאק פונעם בנין בית המדרש הגדול, מיטן האפענונג אז דער גאנצער בנין הגדול וועט ביז געציילטע חדשים זיין פארענדיגט במלוא יפיו והדרו, לשמחת לב כל הקהל הקודש די חסידים בארץ ובגולה וועלכע האבן זיך אלע געלאזט קאסטן פאר דעם איבערבוי פראיעקט.





