top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צוויי יוגנטליכע פארמישט אין זילבערווארג רויבעריי בחצר הקודש טשערנאביל, ארעסטירט

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די אנגייענדע אויספארשונג ארום די רויבעריי אין וועלכן די זילבערנע כלי קודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א זענען נעלם געווארן מיט צוויי וואכן צוריק, קומט אריין די נייעס אז די פאליציי האט נעכטן ארעסטירט צוויי יוגנטליכע, אלט 14 און 16 יאר, מיטן חשד אז זיי זענען געווען פארמישט אין דער גניבה.


נאך צוויי וואכן וואס די עסקנים זענען געווען אין פארבינדונג מיט די לאקאלע פאליציי באאמטע, האט מען באוויזן צו לייגן א האנט אויף די פארברעכער. לויט די אויספארשונג האבן די צוויי אריינגעבראכן אין רבינ'ס צימער אינעם בית המדרש, אויפגעבראכן דעם סעיף און גע'גנב'ט די זילבערנע כלים, וועלכע ווערן געשאצט אין ווערד פון ארום הונדערט טויזנט שקל. ווי באריכטעט איז די זילבערווארג שפעטער געפונען געווארן אין בני ברק און צוריקגעברענגט געווארן צום טשערנאבילער הויף, נאכדעם וואס מען האט גענומען דערפון פינגער־אפדרוקן אלס טייל פון דער אויספארשונג.


נאכן פארענדיקן די אויספארשונג האט די געריכט אריינגעגעבן קלאגעס קעגן די צוויי יוגנטליכע, אריינגערעכנט איינברוך, גניבה און ניזקים, און געאורטיילט אז זיי דארפן בלייבן אונטער הויז־ארעסט ביז'ן ענדע פונעם געריכט־פראצעס.

bottom of page