top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שוד ושבר: האברך ר' עקיבא ראנד ע"ה מחשובי חסידי טשערנאביל טראגיש פארשינטן אין קאר עקסידענט אין מאלדאווע

  • 24 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

שור ושבר בגבולנו: חסידי טשערנאביל און גאנץ כלל ישראל, זענען טיף אויפגעטרייסלט געווארן מיט'ן ערהאלטן די ביטערע נייעס איבער די טראגישע פטירה פון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ע"ה, מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים, וועלכער איז טראגיש פארשניטן געווארן בדמי ימיו נאכן זיין פארמישט אין אן ערנסטע קאר עקסידענט אין דער שטאט קעשענוב, מאלדאווע.


די שוידערליכע עקסידענט האט פאסירט אין די צייט וואס א גרויסע פמליא טשערנאבילער חסידים געפונען זיך אונטערוועגנס קיין מאלדאווע, פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש פון הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע לכבוד די יארצייט. ווי פריער באריכטעט, איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, אין א לעצט-מינוטיגע טויש פארמיטן געווארן פון ארויספארן צוליב א שטארקע חולשה וואס האט אים באפאלן אין די טעג.


לויט ערשטע באריכטן האט די קאר פארלוירן קאנטראל און זיך איבערגעדרייט בעפאר עס האט אריינגעטראסקעט אין א טיפע טאל נעבן די שאסיי, עמערדזשענסי אגענטורן זענען ביז א קורצע צייט אנגעקומען אויף די סצענע וואו זיי האבן ליידער געמוזט באשטעטיגן די ביטערע בשורה אז ר' עקיבא האט אויפן ארט אויסגעהויכט זיין נשמה פון די וואונדן.


דער נפטר ר' עקיבא ע"ה, 29 יאר אלט, פון די חשובע טשערנאבילער אינגעלייט אין ירושלים, איז א יליד לאנדאן, א זון פון יבדלחט"א הרה"ח ר' מרדכי דוד ראנד שליט"א פון לאנדאן און א איידעם ביי הרה"ג ר' יוסף מרדכי ווייס שליט"א רב דקהל מחזיקי הדת אין ציריך שווייץ, זון פון הגה"צ רבי יונתן בנימין ווייס גאב"ד מאנטריאל. ער לאזט איבער נאך זיך א צובראכענע אלמנה און א שטוב מיט קליינע יתומים, און פילע גוטע פריינד צובראכן און צושאסן נאך אזא שרעקליכע בראך.


תיכף נאכ'ן ערהאלטן די בשורה, האבן די עסקנים פון זק"א, אינאיינעם מיט'ן הויפט רב פון מאלדאווע הרב פנחס זאלצמאן זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט צו פארזיכערן כבוד המת און ערלעדיגן די נויטיגע פאפירן צו באפרייען די מיטה און איר ברענגען לקבורה קיין ארץ ישרא.


יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.

תגובות


bottom of page