top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטאריע אין טשערנאביל: האד' מטשערנאביל וועט פראווענען ערשטמאליגע שבת מיט נגידים ביים כותל המערבי

  • לפני 55 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי טשערנאביל נדיבי עם קודש ערהאלטנדיג די פריידיגע מודעה איבער א ערשטמאליגע היסטארישע שבת מרומם 'לב ירושלים' וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט פראווען די קומעדיגע שבת קודש פרשת קורח בקרתא דשופריא, ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם.


דער שבת וועט זיין געווידמעט לטובת די מקח פארן ביהמ"ד דחסידי טשערנאביל אין ירושלים אונטער די הנהגה פונעם רבינס זון הרה''צ רבי אהרן טווערסקי אבד''ק טשערנאביל ירושלים.


דער ביהמ"ד אין ירושלים וואס געפונט זיך אויף די תובל גאס, איז במשך השנים פארוואנדלט געווארן אלס קביעות'דיגער פנת יקרת פאר טשערנאבילער חסידים בעיר השם שמה. אצינד איז מען נתבשר געווארן אז דער דאזיגער בית גדול וקדוש ווערט אפגעקויפט און גייט אריין לרכוש הקהלה, און ענדליך איז מען זוכה צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, אין אן אייגענעם ביהמ"ד לתורה ולתפילה.


אט פאר דעם צוועק האט דער רבי שליט''א באשלאסן אויסצופירן זיין פיליעריגער תשוקה און פראווען א שבת מיט די נגידים ביים כותל המערבי, ארויסצווייזן הכרת הטוב פאר די חסידים וואס וועלן זיך אנשליסן מיט סכומים הגונים פון 50,000 שקל און ארויף לטובת דער קרן הבנין.


די בשורה האט אויסגערופן גרויס איבערראשונג, און איז די געשפרעך פון טאג ביי טשערנאבילער חסידים אומעטום, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די רבי וועט פראווענען א שבת ביים שריד בית מקדשינו, א געהויבענעם שבת מבואו ועד צאתו אויף דעם הייליגן ארט פון השראת השכינה.


א ספעציעלע וועד איז געשטעלט געווארן זיך אפצוגעבן מיט די הכנות צו דעם געהויבענעם שבת, די גאנצע שבת וועט אפגעראכטן ווערן ממש מול קודש הקדשים, אין די מנהרות הכותל, ווי מען וועט אפרעכטן די הייליגע תפילות בוקעות רקיעים און די סעודות שבת כשהמלך במסיבו.

תגובות


bottom of page