top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון שמואל הנביא וועט היי־יאר ווידער פארקומען אויף גרעסערן פארנעם נאך עטליכע יאר פון באגרעניצונגען

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג קומען פאר פיבערהאפטיגע הכנות צו די הילולא קדישא פון שמואל הנביא, וועלכע געפאלט אויס דעם קומענדיגן ליל שישי — כ"ח אייר, נאך וואס עס איז אנגעקומען די גרינע ליכט פון די פאליציי און די פארוואלטונג פון די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל צו קענען פראווענען די הילולא אויף א גרויסן פארנעם כבשנים קדמוניות.


אין די פארגאנגענע יארן איז ליידער צושטערט געווארן די הילולא פון שמואל הנביא, צוליב די מלחמה אומשטענדן און אויך פאריאר איז דער ציון געווען פארשלאסן אין טאג פונעם יארצייט צוליב מאנגל אין געלט, פאר א בודזשעט וואס זאל דעקן די קאסטן פון צושטעלן די נויטיגע זיכערהייט ארום דעם ציון הק', צו פארמיידן שטופעניש און פארשידענע פראבלעמען וואס זאל זיך חלילה נישט מאכן.


היי יאר וועט מען ווידער פראווענען די הילולא ברוב עם הדרת מלך, וואו טויזנטער אידן פון ירושלים ומחוצה לה וועלן קומען פוקד זיין דעם ציון הק' אין אלע שעות פונעם טאג. דער הויכפונקט פונעם הילולא וועט כמידי שנה בשנה זיין דער מעמד ההדלקה וואס כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א וועט אנצינדן ביים ציון הקדוש, כמסורת אביו הגדול כ"ק אדמו"ר בעל "משנה הלכות" מאונגוואר זצ"ל, וועלכער האט במשך צענדליגער יארן געהאט די חשובע חזקה, צו צינדן די הלקה ביים ציון שמואל הנביא וואס איז א מנהג עתיק וואס ווערט דערמאנט אין א בריוו פונעם ברטנורא, וועלכער האט געלעבט מיט נאנט צו טויזנט יאר צוריק, וואו ער שרייבט "מתקבצין מכל סביבות ירושלים ומעלים האבוקות ונודרין נדרים ונדבות, והרבה עקרות נפקדו שם".


די מעמד וועט פארקומען ליל שישי, ווען די נאכט וועט צופאלן אום 9:00, אויפן גרויסן שטח ביים ציון הקדוש וואס געפונט זיך אין שכונת רמות אין ירושלים. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

bottom of page