בקשו רחמים: האד' מוואסלוי אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן ליידן לייכטע הארץ אטאקע
- 13 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

עורי נא התעוררי נא: אידן איבער די וועלט און חסידים ואנשי מעשה פון די רוזשינער הויפן בפרט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, מפארי האדמורי"ם לבית רוזין, וועלכער איז נעכטן נאכט אריינגעפירט געווארן צו די "שיבא" שפיטאל אין תל השומר נאכן ליידן פון הארץ קאמפליקאציעס.
דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז שוין די לעצטע וואך נישט געווען בקו הבריאות, נאך א שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן ליל ל"ג בעומר ווען ער האט געליטן פון א לייכטן הארץ אטאקע, דער רבי איז דאן אריינגעפארן אין שפיטאל ווי די דאקטוירים האבן באוויזן צו שטאביליזירן דעם מצב, און פארלאפענעם זונטאג איז דער רבי באפרייט געווארן לביתו נאווה קודש.
ליידער האט דער רבי נעכטן ווידער געליטן פון פארשידענע מיחושים אויף די הארץ, און איז געווען געצוואונגען ווידער אריינצופארן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען און אבזערוואציע, מיטן האפענונג אז דער רבי שליט"א זאל בקרוב צוריקקומען צו די כוחות לאיתנו הראשון בבריות גופא ונהורא מעליא, און ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש אויף לאנגע געזונטע יארן.
צוליב דעם רבינס מצב הבריאות וועט ער זיך נישט משתתף זיין ביי די שמחת התנאים פון א אייניקל וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין ירושלים.
דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן אברהם שמשון שלום בן שרה דבורה לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.





תגובות